קהלות קדושות בישראל - BechatsrosSatmar.com

Transcription

קהלות קדושות בישראל - BechatsrosSatmar.com
‫בס"ד‬
‫קהל יטב לב‬
‫דסאטמאר‬
‫יתדה ע“י כ“ק רבינו זי“ע בנשי‬
‫אות כק רבינו‬
‫נסי‬
‫צענטראל אפיס ‪718-302-6720‬‬
‫גזבר הקהלה‬
‫ר‘ שלום אליעזר פרענקל‬
‫עקסטענשאן ‪ 209‬אדער ‪201‬‬
‫ביהמ‘‘ד הגדול‬
‫פאבליק טעלעפאן ‪718-643-6397‬‬
‫גבאים‬
‫ר‘ חיים אליעזר גראס ני“ו‬
‫ר‘ שמואל דוד מארקאוויטש ני“ו‬
‫ר‘ דוד שמעון פראמאוויטש ני“ו‬
‫ר‘ אברהם בער שפיטצער ני“ו‬
‫שמשים‬
‫ר‘ שלמה ווערצבערגער ני“ו ‪917-733-3391‬‬
‫ר‘ יואל קויפמאן ני“ו ‪917-747-6535‬‬
‫מקוה איד‬
‫שליט“א‬
‫בית המדרש איחוד התלמידים וואלאבוט שע“י קהלתינו הק‘‬
‫גבאים ר‘ בעריש חיים וויינבערגער ני“ו ר‘ יעקב שטערן ני“ו‬
‫משמש ר‘ משה בראך ני“ו ‪718-614-5263‬‬
‫בית המדרש דברי יואל העריסאן שע“י קהלתינו הק‘‬
‫גבאי ר‘ בעריש סאנדער ני“ו‬
‫משמש ר‘ יוסף שמשון שמאיע ני“ו ‪347-756-1649‬‬
‫בית המדרש ברך משה סקילמאן שע“י קהלתינו הק‘‬
‫גבאים ר‘ אברהם לעווי ני“ו ר‘ אייזיק הירש ני“ו‬
‫משמש ר‘ מנחם זאב פייערשטיין ני“ו ‪917-560-7076‬‬
‫בית המדרש ישמח משה ראדליטש שע“י קהלתינו הק‘‬
‫גבאים ר‘ שלמה יצחק איידליס ני“ו ר‘ הלל מנשה מארמארשטיין ני“ו‬
‫משמש ר‘ ישראל יודא גוטמאן ני“ו ‪347-262-8964‬‬
‫ר‘ שמואל אהרן ווייזער ני“ו ‪917-531-9320‬‬
‫בית המדרש סאוט ‪ 8‬שע“י קהלתינו הק‘‬
‫גבאי ר‘ יואל לעפקאוויטש ני“ו‬
‫משמש ר‘ אהרן הערש טויב ני“ו ‪347-263-1756‬‬
‫ר‘ מרדכי יונה ווידער ני“ו ‪347-482-6151‬‬
‫בית המדרש ויואל משה ראסס סט‪ .‬שע“י קהילתינו‬
‫גבאים ר‘ יעקב הערש ניישטאדט ני“ו ר‘ זלמן לייב שעהנפעלד ני“ו‬
‫גבאים הרב אברהם חיים מוטצען שליט“א ר‘ אלימלך עקשטיין ני“ו‬
‫משמש ר‘ יואל עקשטיין ני“ו ‪917-659-6650‬‬
‫מסדר מנינים ולנדב נר למאור‬
‫חברה משניות‬
‫‪2‬‬
‫בית הוראה‬
‫‪ 718-388-0015‬עקס ‪1‬‬
‫כ“ק מרן רבינו שליט“א ביתו נאוה קודש ‪718-624-6392‬‬
‫‪845-783-0994‬‬
‫ביתו בקרית יואל צאנז קט‪.‬‬
‫‪845-783-8509‬‬
‫ביתו בקרית יואל אוהעל קט‪.‬‬
‫‪917-378-3387‬‬
‫הויז בחור‬
‫‪718-384-4522‬‬
‫הגה“צ אב“ד ור“מ שליט“א ביתו‬
‫‪347-496-1454‬‬
‫ר‘ יעקב טעללער ני“ו‬
‫‪160 Ross St.‬‬
‫שליט“א‬
‫ם ל‬
‫הרה“ג ארי לייבוש טייטלבוים‬
‫בעדפארד ‪ -‬לי ‪718-387-5870 154 Ross St.‬‬
‫הרה“ג יוסף אשר זילבערשטיין שליט“א‬
‫לי – מארסי ‪718-599-4371 51 Lorimer St. 6-A‬‬
‫הרה“ג אברהם וואלף שנעעבאלג שליט“א‬
‫בעדפארד ‪-‬דזלעיאני ‪718-486-5204 56 Morton St .‬‬
‫הרה“ג ישעי‘ גדלי‘ קויפמאן שליט“א‬
‫לי – מארסי ‪718-486-8010 583 Flushing Ave.‬‬
‫הרה“ג אברהם אבערלענדער שליט“א‬
‫קליימער – מארטען ‪718-218-9531 11 Juliana‬‬
‫הרה“ג מענדל הערש כהנא שליט“א‬
‫פארק – מירטטעל ‪718-875-8263 866 Bedford Ave‬‬
‫הרה“ג אברהם הערש פריעדמאן שליט“א‬
‫לי – מארסי ‪718-963-0178 252 Welebout St. #2‬‬
‫הרה“ג מנחם מאיר מיטטעלמאן שליט“א‬
‫ווייט– בעדפארד ‪718-797-9867 29 Heyward St. 5-L‬‬
‫הרה“ג בנציון לאוב שליט“א‬
‫בעדפארד – לי ‪718-599-1304 4 Lynch St. 6-L‬‬
‫הרה“ג משה ראזענפעלד שליט“א‬
‫קענט‪ -‬ווייט ‪718-237-2835 24 Rutledge St.‬‬
‫הרה“ג דוד הירש שליט“א‬
‫‪718-599-7741 405 Flushing Ave. #4-A‬‬
‫הרה“ג מנחם זאב שטערן שליט“א‬
‫קאר מארסי ‪718-384-4543 32 Walton St.‬‬
‫הרה“ג הערש לייב בערנשטיין שליט“א‬
‫באדפארד גארדענס ‪718-388-4450 74 Ross St.‬‬
‫הרה“ג נתנאל גראס שליט“א‬
‫בעערי בעדפארד ‪718-782-9891 73 Division Ave.‬‬
‫הרה“ג חיים הערש טייטלבוים שליט“א‬
‫מארסי – העריסאן ‪718-486-8969 175 Middelton St.‬‬
‫הרה“ג עזרא משה כאירה שליט“א‬
‫קאר‪ .‬דיקאלב ‪718-783-7101 263 Classon Ave‬‬
‫הרה“ג חיים אהרן אונגער שליט“א‬
‫פענן – ראדליטש ‪718-852-0221 650 Bedford Ave.‬‬
‫הרה“ג ישראל בער שטיין שליט“א‬
‫‪718-387-3233 580 Wythe Ave‬‬
‫הרה“ג יושע געלב שליט“א‬
‫בעדפארד – לי ‪718-855-1443 151 Hewes St.‬‬
‫הרה“ג יואל שווארטץ שליט“א‬
‫‪718-302-9820 41 Lorimer St.‬‬
‫לשכת לדיני ממונות‬
‫הרה“ג ישראל מאיר עקשטיין שליט“א ‪718-599-9379‬‬
‫הרה“ג יואל מארקאוויטש שליט“א ‪845-782-0572‬‬
‫‪3‬‬
‫‪4‬‬
‫משנת תש“ה‬
‫עד שנת תשל“ט‬
‫משנת תש“מ‬
‫עד שנת תשס“ו‬
‫משנת תשס“ו‬
‫עד ביאת גוא“צ בב“א‬
‫קהלות קדושות בישראל‬
‫קהלות קדושות בישראל‬
‫אין די איצטיגע טעג ווערט ארויסגעשיקט דעם ‪63‬סטער ”דיוס באשטייערונג“ פאר די‬
‫חברי קהלתינו‪ ,‬וועלכע איז דער פינאנציעלער יסוד ובסיס פארן גרויסן בודזשעט פון‬
‫אזא הייליגע פארצווייגטע קהלה וואס איז נתייסד געווארן דורך מרן רביה“ק בעל דברי‬
‫יואל זי“ע‪ ,‬און דורך וועלכע אנ“ש האלטן אן דעם קשר אלס ”חבר הקהלה“‪.‬‬
‫אין די פאלגענדע שורות וועלן מיר אי“ה איבערשמועסן די זכותים און פליכטן פון די‬
‫חברי קהלתינו הק‘ וויכטיגע ענינים וואס איז נוגע פאר יעדן יחיד‪ ,‬לרומם קרן הקהלתינו‬
‫הק‘ וואס וועט אי“ה זיין א תועלת פאר יעדן איינעם‪.‬‬
‫להעמיד הדת על תילה‬
‫דער באגריף פון א ”קהלה“ איז שוין איינגעשטעלט פאר טויזענטער יארן‪ ,‬ביי כלל‬
‫ישראל אין אלע דורות‪ ,‬אז ערליכע אידן בכל מקומות מושבותיהם האבן מייסד געווען‬
‫”קהלות קדושות“ וואס דער ציל דערפון איז געווען ”להעמיד הדת על תילה“ און צו‬
‫קענען אין ראם פון די קהלות ממשיך זיין מיט שמירת התורה והמצוות כפי דרך המסורה‪.‬‬
‫שלא תשתכח תורה מישראל‬
‫דין גרמא‪ ,‬מיט דעם וואס אידן בארצות ישוביהם זענען געווען אנגעשלאסן אין די‬
‫קהלות פון זייערע שטעט‪ ,‬האט אידישקייט געהאט א קיום‪ ,‬און אידן אומעטום האבן זיך‬
‫געקענט האלטן ערליך און אפגעהיטן נאר דורכדעם וואס מען איז געווען אנגעשלאסן‬
‫אין די קהלה‪.‬‬
‫א חבר אין די קהלה‪ ,‬א פליכט‬
‫אידן אין אלע דורות האבן געוואוסט אז צו זיין אנגעשלאסן אין א קהלה איז א חיוב און‬
‫פליכט‪ .‬סיי וואו אימער מען האט נאר געוואוינט‪ ,‬האט מען זיך געפילט פארפליכטעט‬
‫צו זיין אנגעשלאסן אין די קהלה אין די שטאט‪ ,‬וויסענדיג אז דורכדעם האט מען א כח‬
‫זיך צו פירן בדרך הישר; צו מגדל זיין דורות נאמנים בדרך הסלולה לנו‪ ,‬און ח“ו נישט‬
‫נאכגעשלעפט צו ווערן מיטן זרם העולם‪ ,‬ווייל אדאנק דעם וואס יעדער איז געווען‬
‫ארגאנאזירט אין איין קהלה‪ ,‬האט מען זיך צוזאמגעהאלטן לגדור גדר ולעמוד‬
‫בפרץ נגד רוחות העולם‪ ,‬און אזוי האט אידישקייט געבליט לשם ולתפארת‪.‬‬
‫מעלות הציבור‬
‫יעדע קהלה איז געווען צוזאמגעשטעלט דורכן כח פון א רבים‪ ,‬אבער די השפעה‬
‫דערפון איז אנגעקומען צו יעדן יחיד פריוואט‪ .‬יעדער יחיד וואס איז געווען א‬
‫מיטגליד אין די קהלה האט גענאסן פון די השפעה וואס דער כח הציבור האט‬
‫אויף אים משפיע געווען‪.‬‬
‫צריך האדם לבקש קהלה כשרה לדור עמהם‬
‫אויסער וואס אין פראקטישן זין קען א ציבור זיך נישט האלטן נאר דורכן זיין‬
‫אנגעשלאסן אין א קהלה‪ ,‬איז דאס זיין אנגעשלאסן אין א ערליכע קהלה אויך א‬
‫”סגולה נפלאה“ ניצל צו ווערן פון די פגעי הזמן‪ ,‬ווי דער ”מדרש שמואל“ שרייבט‬
‫אויף די משנה אין מסכת אבות ”וקנה לך חבר“ בזה“ל‪” :‬הכלל בזה שצריך האדם‬
‫לבקש קהלה כשרה לדור עמהם כי בזכותם ינצל מכל פגע רע‪ ,‬שנאמר ונשאתי‬
‫לכל המקום בעבורם“‪ .‬דאס איז ביי יעדע קהלה‪ ,‬ומכל שכן ווען עס איז די רעדע‬
‫פון קהלתינו הק‘ וואס איז נתייסד געווארן דורך גאון עוזינו מרן רביה“ק זי“ע וואס‬
‫זכותו הגדול איז מגין אויף די בני הקהלה זיך צו קענען פירן בדרכו הקדוש‪.‬‬
‫והארץ היתה תוהו‬
‫די וועלט איז באטראפן געווארן די דייטשן ימ“ש‪ ,‬וועלכער האט אנגעזייט‬
‫שרעקליכער חורבנות אומברענגענדיג אריבער זעקס מיליאן קדושים‪ ,‬הי“ד‪ ,‬און‬
‫גלייכצייטיג האט ער חרוב געמאכט דעם שפרודלדיגן אידישן לעבנסשטייגער‬
‫וועלכע זענען געווען אנגעשלאסן אין די הונדערטער קהלות קדושות בישראל‬
‫איבער די לענג און ברייט פון גאנץ אייראפע‪.‬‬
‫‪5‬‬
‫‪6‬‬
‫‪...‬ובדרך כלל אתם צריכים להתעוררת שכל אחד ואחד יקבל עליו‬
‫האחריות להיות חבר נאמו לישא עול בממון ובגוף ובלב ונפש לעשות‬
‫יסוד חזק לחיזוק הקהלה לכל הדברים בעיניכם הדבר וכו‘ ואקוה‬
‫שתשימו לבבכם לכל אלה הדברים ויהי‘ השי“ת בעוזריכם שתשכילו‬
‫ותצליחו במעשיכם ברוחניות ובגשמיות‬
‫)דברי יואל מכתבים ח“א מכתב כ“ב(‬
‫מכתבי‬
‫קודש‬
‫מרבותינו‬
‫הק‘ זי“ע‬
‫‪ ...‬ומה מאוד גדול ורבה זכותם של כל המתחברים בקהלת קודש זו‪,‬‬
‫שעושים כל מה שבידם לחזקה‪ ,‬ומחנכים צאצאיהם על אדני התורה‬
‫והיראה‪ ,‬וזוכים לראות זרע ברך ד‘ ההולכים בדרכי אבוה“ק‪.‬‬
‫‪scrolls‬‬
‫ע“כ ברור שצרכים להיות חבר נאמן לישא עול בגוף ובממון ובלב ונפש‬
‫לחיזוק הקהלה‪ ,‬ובפרט אשר כך אחד ואחד נהנה מפעולות הקהלה באופן‬
‫מאד נעלה‪ .‬ואין מזרזין אלא למזורזין‪ ,‬שכל חברי קהלתינו הק‘ יזדרזו‬
‫לשלם מדי שנה בשנה הסכום הקצוב כאשר יושת עליו מטעם הקהלה‬
‫ולא יגרע‪ ,‬כי בזה מקיים הפסוק חבר אנו לכל אשר יראוך‪ ,‬להיות‬
‫חבר בקהלתינו‪ ,‬קהלה נאה וחסודה‪.‬‬
‫הי‘ העולם שמם‬
‫נאכן גרויסן חורבן אייראפע ווען עס איז כמעט אוממעגליך געווען פאר אידן צו פארבלייבן אויף דער‬
‫בלוט‪-‬פארפלעקטער באדן פון אייראפע‪ ,‬און אידן האבן זיך צושפרייט בארבע פינות העולם‪ .‬אבער‬
‫רוב מנין ובנין פונעם ביז דאן אייראפאישער אידענטום איז פריער אדער שפעטער אנגעקומען קיין‬
‫אמעריקע‪ ,‬און זיך באזעצט אין די הויפט אידישע שטאט ”ניו יארק“‪.‬‬
‫דסאטמאר“ געגבענדיג די ערשט‪-‬מאליגע געלעגענהייט פאר ערליכע אידן יראי ה‘ וואס‬
‫ווילן זיך פירן בדרכי התורה והיראה‪ ,‬זיך אנצושליסן אין די קהלה וועמענס ציל עס איז טאקע‬
‫בלויז דאס‪.‬‬
‫שוין ‪ 63‬יאר איז אריבער זינט דאן און ביז צום היינטיגן טאג ווערט קהלתינו הק‘ נמשך אויפן‬
‫זעלבן אופן און יסוד אויף וועלכע דער רבי זי“ע האט עס מייסד געווען‪.‬‬
‫אמעריקע עמא‪-‬ריקא‬
‫פינאנציעלער יסוד פאר די קהלה‬
‫אזוי האבן צדיקים זיך אויסגעדרוקט אויף אמעריקע ”עמא ריקא“ א ליידיג פאלק‪ ,‬און מיט רעכט‪.‬‬
‫אמעריקע איז יארן לאנג געווען פוסט און ליידיג פון יעדעס ברעקל ערליכקייט און יראת שמים‪.‬‬
‫פאר אן ערליכער איד איז גאר שווער אנגעקומען זיך צו דערהאלטן דאהי ביי ערליכער אידישקייט‬
‫און צו מגדל זיין דורות ווי אין דער אלטער היים‪.‬‬
‫גלייך דאן ביים התייסדות הקהלה האט רביה“ק זי“ע ארויפגעשטעלט א חוב אויף אלע‬
‫מיטגלידער זיך צו באשטייערן מיטן סכום פון ‪ $10‬א יאר ”דיוס“ )א גאר ערענסטער סכום‬
‫לויט די דעמאלסדיגע סטאנדארטן( כדי מ‘זאל קענען פינאנצירן די פעולות פון די קהלה‪,‬‬
‫גענוי ווי עס איז געווען איינגעפירט אין אלע דורות‪ ,‬אז אלע בני הקהלה האבן באצאלט‬
‫באשטימטע סכומים פאר די אנגייענדע פעולות פון די קהלה‪.‬‬
‫פאר ‪ 64‬יאר צוריק‪ ,‬ראש השנה תש“ז איז מרן רביה“ק זי“ע אנגעקומען קיין אמעריקע‪ .‬כמעט‬
‫איינער אליינס איז דער רבי זי“ע געווען‪ .‬כמעט אן קיין תלמידים און אן קיין חסידים‪ ,‬און איז געווען‬
‫צובראכן ביז גאר זעענדיג דעם רוחניות‘דיגן שפל המצב אין וועלכע ניו יארק געפונט זיך ליידער‪.‬‬
‫אויף אנצוהאלטן אידישקייט דארף מען א קהלה!‬
‫ויותר יעקב לבדו‬
‫רביה“ק זי“ע שרייט אויס מי לה‘ אלי‬
‫מיט זיינע שוואכע כוחות האט רביה“ק זי“ע א שריי געטון ”מי לה‘ אלי“‪ .‬אויב איז ביז דאן געווען‬
‫באקאנט דער סלאגאן ”אמעריקע איז אנדערש“ האט דער רבי זי“ע אויסגעשריגן ”ניין! אמעריקע‬
‫איז ’נישט‘ אנדערש“‪ .‬השי“ת איז מלא כל הארץ כבודו‪ ,‬און אויך דאהי דארף מען זיך פירן גענוי ווי‬
‫אין אייראפע און אומעטום‪ .‬מיט אן אש קודש האט דער רבי זי“ע אנגעהויבן צו ארבעטן אויפצובויען‬
‫על אדמת אמעריקע א קהלה קדושה אויפן ערליכער פשרה‘לאזער שטייגער‪.‬‬
‫ראשון למקראי קודש‪ :‬התייסדות הקהלה‬
‫”ב‘ ניסן תש“ח“ איז געווען דער היסטארישער טאג ווען רביה“ק זי“ע האט געלייגט דעם אפיציעלן‬
‫גרונדשטיין אהערצושטעלן דעם קעגן‪-‬מיליטער קעגן אלעס וואס ”אמעריקע“ האט ביז דאן‬
‫פארגעשטעלט מיט זיך‪ .‬אין דעם טאג האט רביה“ק זי“ע מייסד געווען זיין קהלה ”קהל יטב לב‬
‫אין א דרשה וואס דער רבי זי“ע האט געזאגט פארן ציבור אין די בראשית יארן )מוצש“ק‬
‫וישב תשי“ב( האט דער רבי זי“ע געזאגט צווישן אנדערן‪” :‬אין אונגארן איז די איסמילאציע‬
‫געווען שרעקליך‪ .‬דורכדעם וואס די ערליכע אידן האבן זיך אפגעטיילט פון די מתחדשים‬
‫און מתפרשים‪ ,‬און האבן זיך ארגאנאזירט אין אייגענע קהלות צו שטיין פעלזן פעסט זיך‬
‫נישט אויסצומישן מיט פרעמדע‪ ,‬איז אונגארן אויסגעשטיגן א לאנד פון תורה ויראת שמים‪.‬‬
‫דאס זעלבע איז אין די מדינה )אמעריקע( איז נאך דא א האפענונג אז עס וועט דא בליען‬
‫תורה ויראת שמים‪ ,‬אויב די אלע אידן וואס זענען געקומען אהער‪ ,‬וועלן זיך מחזק זיין נישט‬
‫אפצונויגן ימין ושמאל מדרך אבותינו‪ ,‬און זיך מחזק זיין זיך צו האלטן צוזאמען אין איין קהלה‪,‬‬
‫אפגעשיידט און אפגעטיילט זיך נישט אויסצומישן מיט די אנדערע סארט אידן און פונעם‬
‫חינוך וואס איז דא איינגעפירט‪.‬‬
‫איך קען נישט איבערלאזן דעם עולם‬
‫עס גייט נישט דורך מער ווי עטליכע יאר בשנת תשי“ג‪ .‬די ארץ ישראל אידן בעטן זיךך ביים‬
‫‪7‬‬
‫פאר אייער אייגענע אינטרעסע צאלט וואס פריער אויס אייער דיוס‪-‬התחייבות אן אויסגעצאלטער מעמבער‪:‬‬
‫האט אלע‬
‫רעכטן בתוככי‬
‫קהלתינו הק‘‬
‫איז א שותף אין די‬
‫טויזענטער שעות תורה‪,‬‬
‫עבודה און גמילות חסדים‬
‫וואס גייט ארויס פון די‬
‫בתי מדרשים‬
‫האט א זכות אחוזת‬
‫קרקע אינעם ביה“ח‬
‫שע“י קהלתינו הק‘‬
‫אין ניו דזשורזי‬
‫באקומט א ‪10%‬‬
‫הנחה ביים איינקויפן‬
‫אין די מהודר‘דיגע‬
‫פלייש‪-‬געשעפטן פון‬
‫די קהלה‬
‫באקומט זכות‬
‫אין די גורלות‬
‫וואס ווערט‬
‫פראקלאמירט‬
‫האט די‬
‫מעגליכקייט איינצוקויפן‬
‫”ערב פסח מצות“ פון‬
‫די מהודר‘דיגע מצה‬
‫בעקערי שע“י קהלתינו‬
‫הק‘‬
‫האט א זכות‬
‫איינצוקויפן קרקע‬
‫אינעם ביה“ח שע“י‬
‫קהלתינו הק‘ אין‬
‫קרית יואל‬
‫האט דין קדימה‬
‫ביים דינגן זיצן‬
‫אין בית מדרשינו‬
‫הגדול‬
‫פראוועט אייער‬
‫שמחה אומזיסט‬
‫בבית מדרשינו‬
‫הגדול‬
‫‪8‬‬
‫‪...‬און נאך‬
‫רבי‘ן זי“ע אז ער זאל צוריקקומען אהין וואוינען‪ ,‬דארט אנפירן מיט די מלחמה לה‘ בעמלק וואס‬
‫דער רבי האט אויך דאן געפירט פונדערווייטענס בבחינת את בנציבין ומצודתך פרוסה על ירושלים‪.‬‬
‫דער רבי זי“ע ענטפערט אבער א קאטאגרישן ניין‪ ,‬און אין א לענגערע תשובה מאהבה פאר די בני‬
‫ירושלים ענטפערט דער רבי אז דער עיקר פארוואס ער קען נישט אוועקפארן איז ווייל ער קען‬
‫נישט איבערלאזן די ”קהלה“ וואס ער האט אויפגעשטעלט דאהי‪ ,‬און אויב די קהלה וועט צופאלן‬
‫איז עס ממש סכנת נפשות פארן עתיד פון אידישקייט אין אמעריקע‪ .‬רביה“ק זי“ע שרייבט דארט בין‬
‫הדברים‪” :‬ותלי“ת ביסוד מצב קהלתינו נקוה להשי“ת שיכלו עמוד בגדרי התורה והיראה וכו‘ והנני‬
‫עומד באמצע העבודה הקשה להמשיך הדבר הלאה שיהי‘ על מצב חזק וכו‘ ובביטול ענין זה ח“ו )פון‬
‫די קהלה( מי יוכל לקבל עליו אחריות הגדול של סכנת נפשות שלא ישתקעו ח“ו כשארי הדורות‪,‬‬
‫ואיך אעשה הרעה הגדולה הזאת לבני עמי וכו‘“‬
‫שפרודעלדיגע קהלה‬
‫דער רבי זי“ע האט מייסד געווען די ”קהלה“ מיטן אור‪-‬אלטן כאראקטער ווי אין דער אלטער היים‪.‬‬
‫אין ראם פון די קהלה האט דער רבי זי“ע אהערגעשטעלט אלע רוחניות‘דיגע געברויכן וואס פאדערט‬
‫זיך פאר אן ערליכע אידישע לעבנסשטייגער‪ ,‬ווי ”מקוה טהרה“ ”כשרות“ ”מצה בעקעריי“ ”פלייש‬
‫געשעפט“ ”חברה קדישא“ צו יעדע שטיק צייט פארגרעסערט אדער געקויפט א נייעם ביהמ“ד‪ ,‬און‬
‫אזוי צוגעשטעלט נאך וויכטיגע מוסדות און אינסטוציעס וואס אלס האט זיך אויסגעפעלט פארן‬
‫תכלית הרוחני פון יעדן יחיד‪.‬‬
‫מוסדות התורה‬
‫נאכדעם וואס דער עולם איז שוין געווען צוזאמגענומען אין ראם פון די קהלה‪ ,‬ערשט דעמאלט‬
‫האט רביה“ק זי“ע געקענט גיין ווייטער‪ ,‬מייסד צו זיין מוסדות התורה והחינוך פאר די בני הקהלה‪,‬‬
‫אהערשטעלענדיג אזעלכע מוסדות וואס זאל זיין צוגעפאסט פאר אזא געהויבענע און הייליגע‬
‫קהלה וואס ער האט מייסד געווען‪ .‬ווי מער די קהלה איז געוואקסן אלס מער זענען די מוסדות‬
‫געשטיגן און נאר דורכדעם וואס די קהלה איז געשטיגן מיט פרישע מיטגלידער זענען די מוסדות‬
‫געוואקסן אויף אזא גרויסן פארנעם מיט פרישע תלמידים ותלמידות שיחיו‪.‬‬
‫וראו כל עמי הארץ‬
‫די קהלה האט דער רבי זי“ע אויפגעבויט בעיקר פאר עדת חסידיו ותלמידיו‪ ,‬אבער‬
‫אומדירעקט האט דאס גאנצע יהדות ניו יארק און זאגאר גאנץ אמעריקע נהנה געווען דערפון‪.‬‬
‫דעם רבי‘נס ”קהלה“ האט גענצליך געביטן דעם אויר אין אמעריקע‪ .‬אנדערע קהלות האבן‬
‫מיט די צייט אנגעהויבן זיך נענטער צו שטעלן צו קהלתינו הק‘ מיט פארשידענע ענינים‪ ,‬און‬
‫נאך ווייטער קהלות האבן זיך געמוזט צושטעלן צו די דערמאנטע‪ ,‬וואס אזוי ארום האט גאנץ‬
‫אמעריקע געהאט א געוואלדיגע עלי‘ ברוחניות‪.‬‬
‫ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה‬
‫זעענדיג דערין א יסוד פארן המשך היהדות האט דער רבי קיינמאל נישט גערוט‪ ,‬און איז אלץ‬
‫געגאנגען מחיל אל חיל אויפצוטון דאס זעלבע אין אנדערע מקומות אין ניו יארק‪ .‬אומעטום‬
‫וואו עס זענען אנגעקומען תלמידים וחסידים פון רבי‘ן זי“ע האט דער רבי אלץ געפאדערט אז‬
‫דאס ערשטע זאל מען מייסד זיין א קהלה! זעענדיג דאס אז א קהלה איז דאס וויכטיגסטע זאך‬
‫אויף צו קענען אהערשטעלן א רוחניות‘דיגן עתיד פאר די בני הקהלה און קומענדיגע דורות‪.‬‬
‫טאקע פאר די אידן וואס ווילן זיך האלטן ברוח ישראל סבא האט דער רבי זי“ע שפעטער‬
‫מייסד געווען די סאטמארער קהלות אין איסטסייד‪ ,‬קרוינהייטס‪ ,‬און בארא פארק‪ ,‬און אין‬
‫אויסלאנד‪ ,‬אין מאנטרעאל‪ ,‬לאנדאן‪ ,‬אנטווערפן און שפעטער אין מאנטשעסטער‪ .‬אזוי אויך‬
‫שפעטער אין מאנסי און נאך שפעטער אין קרית יואל‪ ,‬וואס איז אויסער דעם רבי‘נס קהלות‬
‫אין ירושלים עיה“ק און אין בני ברק‪ ,‬אלעס מיטן זעלבן ציל און מטרה‪ ,‬מאחד צו זיין אידן וואס‬
‫ווילן זיך פירן בדרך התורה אן קיין שום פשרות‪.‬‬
‫חומה בצורה לקיום היהודת‬
‫דעם רבי‘נס קהלות אומעטום זענען טאקע אלע געווען א ”חומה בצורה“ פאר די פילצאליגע‬
‫מיטגלידער‪ .‬אדאנק דעם וואס מען איז געווען אנגעשלאסן אין די קהלות‪ ,‬האט מען געהאט‬
‫די מעגליכקייט לוחם צו זיין קעגן די פארשידענארטיגע פירצות בחומות הדת וואס האט זיך‬
‫כסדר געשאפן‪ ,‬און אדאנק די קהלות האט מען אנגעהאלטן דעם דרך הישן והמקובל ולעמוד‬
‫על משמרת הדת במסירת נפש‪.‬‬
‫‪9‬‬
10
‫המשכת הקדושה ביתר שאת ויתר עז‬
‫ממשיך דרכו בקודש מרן רביה“ק בעל ברך משה זי“ע האט בימי כהנותו שטארק מחזק געווען דעם‬
‫כח הקהלה‪ ,‬און ביי פארשידענע געלעגענהייטן ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן פליכט וואס עס‬
‫ליגט אויף יעדן איינעם צו זיין אנגעשלאסן אין די קהלה‪ .‬אין די גאנץ ערשטע יארן‪ ,‬ווען געוויסע‬
‫קהלות אין ארה“ק האבן געוואלט פורץ זיין גדרן של ראשונים‪ ,‬האט דער רבי זצ“ל שטארק לוחם‬
‫געווען דערקעגן‪ ,‬וואס איינס פון די שטארקע נימוקים וואס דער רבי זצ“ל האט דאן אנגעגעבן‪ ,‬איז‬
‫כדי נישט צוצולאזן צו צוברעכן די ערליכע אידן וואס האלטן זיך צוזאמען אין די אור אלטע הייליגע‬
‫”קהלה“ אין ירושלים עיה“ק‪.‬‬
‫קהלה איז ”כח בית דין יפה“‬
‫האבנדיג מיטגעלעבט ווי אזוי א קהלה איז געפירט געווארן אינדערהיים‪ ,‬און מיטהאלטענדיג ווי‬
‫שטארק מרן דודו רביה“ק זי“ע האט געזען אין די קהלה אלס יסוד עצום פאר ערליכער אידישקייט‪,‬‬
‫האט רביה“ק בעל ברך משה זי“ע ‪ -‬ווי באקאנט ‪ -‬זיך אויסגעדרוקט אז ”קהל“ האט א ”כח בית דין“‬
‫געבענדיג דערמיט פאר די קהלה א זעלטענעם כח אויפצוטון גדולות ונצורות פאר יעדן יחיד‪.‬‬
‫זדים קמו עלינו‬
‫קהלתינו הק‘ האט זיך געפירט על מי מנוחות‪ ,‬און עס איז געווען אונזער שטערקסטע וואונטש אז‬
‫דאס זאל שוין אזוי אנהאלטן עד ביאת הגואל‪ .‬ליידער אבער איז עס נישט באשערט געווען‪ .‬עס איז‬
‫אונטערגעקומען די שווערע צייטן‪ ,‬ווען די יסודות פון קהלתינו הק‘ האבן זיך א וואקל געטון‪ .‬ס‘האט‬
‫אויסגעקוקט אז אלעס‪ ,‬די גאנצע האראוואניע פון רבוה“ק זי“ע גייט ח“ו לאיבוד‪ .‬בחסדי שמים‬
‫מרובים‪ ,‬ובכחם וזכותם של רבותינו הקדושים האבן די געטרייע ראשי הקהלה געפירט מיט מסירת‬
‫נפש די וואקעלדיגע שיף אין די שווערע ציייטן )וואס אגב האט עס דעמאלט אריינגעשלעפט אין‬
‫שווערע חובות‪ ,‬פון עס ווערט נאך געצאלט ביז צום היינטיגן טאג( ביז קהלתינו הק‘ האט זיך ב“ה‬
‫צוריקגעשטעלט אויף די פיס נאך ביתר שאת ועז ווי ביז היינט‪.‬‬
‫חסדי ה‘ עלינו לטובה‬
‫קהלתינו הק‘ ווערט ב“ה געפירט אונטער א געהויבענע און תורה‘דיגע הנהגה פון כ“ק מרן רבינו‬
‫הגה“ק שליט“א‪ ,‬וועלכער פירט ווייטער די עדה הקדושה כדרך אבותיו הקדושה‪ ,‬און די קהלה‬
‫בליהט און וואקסט אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם‪ .‬פון אלע זייטן ווערן די גבולי הקדושה‬
‫פארברייטערט ביתר שאת ועוז‪ ,‬און עס קומען כסדר צו פרישע פעולות און נייע איינריכטונגען‬
‫אויף א פארנעם וואס קהלתינו הק‘ האט קיינמאל פריער נישט מיטגעהאלטן‪.‬‬
‫לגיון של מלך על ברכי רבוה“ק‬
‫היינט צו צו טאגס ציילט אונזער קהלה טויזענטער און טויזענטער אנ“ש‪ ,‬יראים ושלמים‪,‬‬
‫חסידים ואנשי מעשה‪ ,‬כולם אהובים וכולם ברורים‪ .‬טויזענטער אנ“ש דאהי אין וויליאמסבורג‪,‬‬
‫און נאך אזויפיל טויזענטער אויף אנדערע מקומות אין ניו יארק און איבער דער גארער וועלט‪,‬‬
‫צווישן זיי טויזענטער פרישע אברכים וועלכע האבן שוין ליידער נישט געקענט דעם רבי‘ן‬
‫זי“ע‪ ,‬און שפירן אלע פאר א זכי‘ צו זיין א חלק בקהלתינו הק‘ תחת דגלו והדרכתו פון כ“ק‬
‫מרן רבינו שליט“א‪ ,‬זייענדיג א חלק אין די מיה און האראוואניע וואס רבוה“ק זי“ע האט‬
‫אראפגעלייגט על אדמת אמעריקע מייסד צו זיין קהלתינו הק‘‪.‬‬
‫עטרת זקנים בני בנים‬
‫תלי“ת באשטייט אונזער קהלה הקדושה מסלתה ומשמנה וואס סאטמאר פארמאגט‪ .‬בתוככי‬
‫קהלתינו הק‘ זענען אנגעשלאסן צוזאמען אזויפיל ווי פיר דורות‪ ,‬און עס איז אונז א כבוד און‬
‫זכי‘ צו זיין אין די זעלבע קהלה מיט אזעלכע חשוב‘ע אידן זקנים שבדור מיט אידן אודים‬
‫מוצלים מאש מיט וועמען רבינו הק‘ זי“ע האט מייסד געווען קהלתינו הק‘; עס איז א כבוד צו‬
‫זיין אין די קהלה מיט אזעלכע אידן וואס זענען שוין געבוירן געווארן נאכן קריג‪ ,‬און זענען‬
‫אין זייערע בעסטע יארן נתגדל געווארן על ברכיו פונעם רבי‘ן זי“ע; עס איז אונז א כבוד צו‬
‫זיין אין די קהלה מיט אזויפיל אידן חסידים ואנשי מעשה וועלכע זענען שוין געבוירן געווארן‬
‫נאכן הסתלקות פון רבי‘ן זי“ע‪ ,‬און זענען נתגדל געווארן תחת דגלו והדרכתו פון מרן רביה“ק‬
‫בעל ברך משה זי“ע‪ ,‬וכהיום יום בליט די קהלה ווייטער מיט א כסדר‘דיגן פלייץ פון פרישע‬
‫אברכים אלעס אונטער די הדרכה פון כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א וואס לאורו ניסע ונלך‬
‫עד ביאת גואל צדק‪.‬‬
‫ימין ושמאל תפרוצי ואת ה‘ תעריצי‬
‫אדאנק דעם כח פון קהלתינו הק‘ ווערט כסדר אויפגעטון גדולות ונצורות לנו ולבנינו אחרינו‪.‬‬
‫גלו‬
‫דגלו‬
‫ת דג‬
‫אין מלך בלא עם‪ ,‬און אדאנק דעם וואס אזויפיל טויזענטער אידן זענען מאוחד תחת‬
‫‪11‬‬
12
‫פון קהלתינו הק‘ האט כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א די ברייטע מעגליכקייט דורכצופירן גאר‬
‫גרויסע פראיעקטן למען חיזוק הדת ויהדות‪ ,‬ווי כשרות הבשר‪ ,‬הידורים במצות‪ ,‬התעלות בדרכי‬
‫החינוך ועוד ועוד‪.‬‬
‫יגדיל תורה ויאדיר‬
‫בכח הרבים פון קהלתינו הק‘ האט מרן רבינו הגה“ק שליט“א מייסד געווען די היינט‪-‬וועלט‪-‬‬
‫בארימטע חבורה יסודי התורה‪ ,‬דורך וועלכע טויזענטער אנ“ש איבער די וועלט האבן שוין‬
‫מסיים געווען הונדערטער בלעטער גמרא און גאנצע צען מסכתות אין ש“ס‪ ,‬און בכלל איז גאר‬
‫שטארק נתרומם געווארן דער כח התורה אויף אן אויסטערלישן פארנעם ווי קיינמאל פריער‪.‬‬
‫סור מרע נאר אדאנק כח הרבים‬
‫אויך אויפן געביט פון ”סור מרע“ טוט מען ב“ה אויף גרויסע זאכן‪ .‬אויף די גאס בודזשעווען‬
‫שרעקליכע ווינטן‪ ,‬און די טעכנעלאגיע פארלענדט ל“ע יעדעס פונק פון יראת שמים‪ .‬מען‬
‫דארף פארלייגן כוחות עצומות שלא יתן המשחית לבא אל תוך בתינו‪ .‬מיט דעם וואס אזויפיל‬
‫טויזענטער אידן זענען אנגעשלאסן אין די קהלה‪ ,‬איז דא די מעגליכקייט איינצופירן בכח הרבים‬
‫פארשידענע גדרים וסייגים קעגן דעם נגע ממארת פון אינטערנעט און אנדערע טעכנעלאגישע‬
‫כלים‪ ,‬קעגן פארשידענע מאדעס וואס ערשיינען‪ ,‬און קעגן סיי וועלכע פירצה בחומת הדת וואס‬
‫מאכט זיך מזמן לזמן‪.‬‬
‫האמת עד לעצמו‬
‫געפונענדיג זיך אין א סביבה מיט א גרויסן רבים איז כמעט אוממעגליך פאר א יחיד זיך צו‬
‫האלטן קעגן די הנהגה פון א רבים‪ .‬דער מציאות באווייזט אז זייענדיג צוזאמען מיט א נישט‬
‫ערליכער רבים‪ ,‬פאלט מען ליידער מטה מטה‪ ,‬און די פאלגן דערפון זענען זייער נישט קיין גוטע‪.‬‬
‫לעומת זה מיט דעם וואס מען האלט זיך מיט א רבים האט מען בעזהשי“ת א גאראנטי זיך צו‬
‫קענען האלטן ערליך און אפגעהיטן בדרך המסורה לנו‪ ,‬אין דייקא נאר דורכן זיין אנגעשלאסן‬
‫אין א געהעריג ארגאנאזירטע קהלה אונטער א תורה‘דיגע הנהגה‪.‬‬
‫יחיד נהנה מכח הרבים‬
‫פונעם פאקט‪ ,‬אז א ”רבים“ איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך יחידים‪ ,‬און יעדער יחיד לייגט צו א‬
‫געוויסן כח צום רבים‪ ,‬און וואס גרעסער דער כח הרבים איז‪ ,‬אלס מער איז מען בכח אויפצוטון‬
‫לטובת הכלל והפרט‪ ,‬און אזוי איז יעדער יחיד פערזענליך נהנה פונעם זיין אנגעשלאסן אין‬
‫די קהלה‪ .‬אבער בפועל געניסט יעדער חבר הקהלה פון די אלע פעולות מיט וואס יעדער‬
‫פערזענליך קען זיך פירן ערליך און אפגעהיטן כפי דרכו‪.‬‬
‫לנו ולבנינו אחרינו‬
‫קהלתינו הק‘ איז עומד לנס פאר אונז אלע‪ ,‬און וועט אי“ה זיין א חומה בצורה פאר אונזערע‬
‫קינדער און ווייטערדיגע דורות עד ביאת הגואל‪ ,‬אז זיי זאלן אויך האבן די מעגליכקייט‬
‫בייצושטיין די גלי הנסיונות וואס מ‘מאכט ליידער מיט‪ ,‬און וואס וועט נאך אויפקומען ביז‬
‫משיח‘ס טאג‪ ,‬השם ישמרינו מהם‪.‬‬
‫מ‘קויפט א שטאט‬
‫נאך מיט אריבער זעכציג יאר צוריק ווען רביה“ק זי“ע האט מייסד געווען די קהלה‪ ,‬איז דאס‬
‫געווען אדעתא דהכי‪ ,‬אז יעדער איינער מאנ“ש זאל האבן א חלק אין די קהלה‪ ,‬און באצאלן‬
‫א יערליכער התחייבות דורך וועלכע די קהלה זאל זיך קענען אויסהאלטן‪ ,‬ווי עס איז געווען‬
‫איינגעפירט אין דער אלטער היים‪ .‬גאר באקאנט איז וואס דער רבי זי“ע האט אמאל געזאגט‪,‬‬
‫אז צוליב דעם הייסט דאס קויפן א זיץ אין ביהמ“ד מיטן נאמען אז מען קויפט א שטאט‪ ,‬ווייל‬
‫מיט דעם וואס מ‘נעמט דא אונטן א חלק אין די החזקת הקהלה‪ ,‬קויפט מען זיך איין גאנצע‬
‫שטעט דארט אויבן‪.‬‬
‫בואו ונחזיק טובותא‬
‫פארן ווייטערדיגן עקזיסטענץ פון די קהלה איז קריטיש וויכטיג אז יעדער חבר הקהלה זאל‬
‫נושא בעול זיין צוזאמען און מיטארבעטן שכם אחד פאר די הצלחה און התעלות פון קהלתינו‬
‫הק‘‪ ,‬ובפרט אויסצוצאלן דעם מינימאלען דיוס אפצאל וואס ווערט פארלאנגט‪ ,‬וואס איז דער‬
‫בריח התיכון פונעם פינאנציעלן עקזיסטענץ דורך וועלכע די קהלה קען אנגיין מיט אזויפיל‬
‫פארצווייגטע אקטיוויטעטן‪.‬‬
‫יעדער יחיד וואס איז אנגעשלאסן אין די קהלה איז פאקטיש נהנה פונעם כח הרבים‪ .‬אפגעזען‬
‫‪13‬‬
‫‪14‬‬
‫זה נהנה וזה נהנה‬
‫איר פארדינט איר גייט אריין אין הערליכע גורלות יעדע וואך‬
‫קהל פארדינט צו קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש טאג טעגליך!‬
‫‪2‬‬
‫‪1‬‬
‫בוטשער ‪$500‬‬
‫‪3‬‬
‫שכ‘‘ל ‪$500‬‬
‫‪4‬‬
‫קעש ‪$500‬‬
‫חמשה עשר בשבט גורל‬
‫‪6‬‬
‫‪5‬‬
‫‪7‬‬
‫ראוז קעסל ‪$500‬‬
‫נסיעה‬
‫נסיעת רבינו שליט“א ‪$500‬‬
‫יומד"ל הקדושת יו"ט זי"ע כ"ט שבט‬
‫‪9‬‬
‫קאנטרי ‪$500‬‬
‫מצות ‪$500‬‬
‫חתונה תקנות‬
‫‪10‬‬
‫‪8‬‬
‫‪11‬‬
‫קרית ויואל משה‪-‬קרית ברך משה‬
‫‪12‬‬
‫ספעציעלע גורל‬
‫הבדלה סעט‬
‫ספרי עצי תמרים‬
‫זיץ ‪$500‬‬
‫קעמפ רב טוב ‪$500‬‬
‫פאר אויסגעצאלטע מעמבערס‬
‫שילם הכל ריקשטאנד‬
‫צאלט אויס אייער מעמבערשי‘‘פ התחייבות אין גייט אריין אין אלע ‪ 13‬וועכענטליכע גורלות‬
‫‪15‬‬
16
logos
‫קהלתינו הק‘ בתפארתה‬
‫קהלתינו הק‘ בתפארתה‬
‫תרין רעין דלא מתפרשין‬
‫כהיום יום איז קהלתינו הק‘ ב“ה אויפגעבויט אויף א זעלטן געהויבענעם און‬
‫גייסטרייכער פארנעם‪ .‬קהלתינו הק‘ שפרודעלט מיט פעולות און אקטיוויטעטן‬
‫וואס איז א מוסטער פון א קהלה הקדושה‪ ,‬צוגעשטעלט מיט ממש אלעס אלעס‬
‫צו וואס א איד דארף צוקומען במשך שנות חייו עלי אדמות‪.‬‬
‫קעגן איבער געפונט זיך דער ”בנין חי“ל“ וועלכע ווירבעלט כסדר מיט מאסן אנ“ש‬
‫ותושבי העיר‪ ,‬וקול התורה נשמע הערט כסדר א הילכיגער קול תורה וקול תפלה‪,‬‬
‫צוזאמען מיט א געווירבעל פון פעולות צדקה וחסד און פון קדושה וטהרה וואס‬
‫איז אומאויפהערליך מבצבץ ויוצא מבין כותלי ביהמ“ד‪.‬‬
‫חסדי ה‘ כי לא תמנו‬
‫עזרת נשים רענאווירט‬
‫אין א גאר קורצע צייט האט קהלתינו הק‘ זיך ב“ה צוריק געשטעלט אויף די פיס‪,‬‬
‫און עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ריזיגע אימפעריע אנגעהויבן פון בנינים‬
‫ומבצרים אדירים ביז גרעסערע און קלענערע פעולות שונות‪ ,‬ביז יעדע קלענסטע‬
‫דעטאל וואס פעלט זיך אויס פאר אידישע און חסידישע לעבנסשטייגער פאר‬
‫די גאנצע הונדערט‪-‬און‪-‬צוואנציג יאר פון א איד‪ ,‬אויף סיי וועלכע צייט אין יאר‪.‬‬
‫ווי א ביהמ“ד פאר זיך איז דער ”קומה שלימה“ דער אויבערשטער שטאק פון‬
‫ביהמ“ד הגדול‪ ,‬וועלכע דינט שבת און יום טוב אלס ”עזרת נשים“‪ ,‬און ווערט‬
‫כסדר באנוצט להרים קרן התורה והתפלה‪ ,‬ווי פארן ”כולל בוקר“ יעדן אינדערפרי;‬
‫”חברת תהלים“ שע“י תשב“ר יעדן שבת אינדערפרי און אין אנדערע זמנים אין‬
‫יאר; ”שיעורי תורה ברבים“ ערב ובוקר וצהרים און נאך; פארגאנגענע איז דער‬
‫גאנצער שטאק דורך א גרונטליכע רענאוואציע וואס ברענגט אריין א שטארקע‬
‫הרחבת הדעת בשעת התפלה ולימוד התורה‪.‬‬
‫ביי די רענאוואציע ארבעט זענען די זכותים פון די עזרת נשים אפגעקויפט‬
‫געווארן דורך חשוב‘ע נדיבים בעם‪ ,‬און ביידע זייטן האבן באקומען די נעמען‬
‫וואס די נדיבים בעם האבן קורא געווען בשם קרוביהם החשובים ”צד דרום“‬
‫טראגט דעם נאמען ”בית דוד ארי‘“ נדבת לבו הטוב פון הרבני הנגיד המפואר‬
‫ר‘ אברהם ווידער הי“ו ראה“ק דקהלתינו הק‘ אין קרית יואל‪ ,‬לע“נ אביו הרה“ח‬
‫ר‘ דוד ארי‘ ווידער ז“ל‪ ,‬און ”צד צפון“ טראגט דעם נאמען ”בית יעקב“ נדבת לבה‬
‫פון האשה החשובה מרת מיטעלמאן תחי‘ לע“נ בעלה הרה“ח ר‘ יעקב ב“ר נחמן‬
‫חיים מיטעלמאן ז“ל מחשובי אנ“ש‪ .‬ישלם ה‘ פעלם ותהא משכורתם שלימה מעם‬
‫ה‘ אלקי ישראל‪.‬‬
‫גולת הכותרת‬
‫דער גולת הכותרת פון די בנינים אדירים איז דער קאמפלעקס פונעם ביהמ“ד‬
‫הגדול‪ ,‬דער היכל הגדול מיט אלע צוגעהערן‪ ,‬וואס תיכף נאכן הסתלקות פון מרן‬
‫רביה“ק בעל ברך משה זי“ע ווען קהלתינו הק‘ מיט די טויזענטער חברי הקהלה‪,‬‬
‫האבן זיך געזען ווי אן קיין דאך איבערן קאפ‪ ,‬איז די הנהלת הקהלה אריינגעשפרונגן‬
‫אין דעם פראיעקט און אויפגעשטעלט דעם ביהמ“ד אין די קורצע צייט פון בלויז‬
‫צוויי וואכן‪ ,‬כדי אז אויף די ימים נוראים זאל מען שוין דארט קענען דאווענען‬
‫במחיצת כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א תלי“ת דער ביהמ“ד ווערט באנוצט מדי‬
‫יום ביומו‪ ,‬ובפרט שבתים וימי חגי וזמני ששון ושמחה‪ ,‬ווי ימים טובים און ימי‬
‫השמחה בחצרות קדשינו‪ ,‬ווען דער ביהמ“ד ווירבעלט מיט טויזענטער אידן‬
‫בליעה“ר הבאים להסתופף בצל הקודש‪ .‬באזונדער איז דער בנין א תל תלפיות‬
‫בימי שבתות השנה ווען אנ“ש קומען מיטהאלטן די ווארימע תפלות‪ ,‬ובפרט‬
‫בשעת רעווא דרעווין ווען אידן קומען מיטהאלטן די שיינע שלש סעודות און‬
‫דברי תורה במחיצת הגה“צ אבד“ק ור“ם שליט“א‪.‬‬
‫פעולות נרחבות בכל התחומין‬
‫פון צווישן די צוויי בנינים בנין חי“ל און ביהמ“ד הגדול דקהילתינו שעפן אנ“ש‬
‫‪17‬‬
18
‫חיות דקדושה אויפן טאג טעגליכן לעבן‪ ,‬זייענדיג דאס ארט וואו עס ווערט צוגעשטעלט אלע‬
‫רוחניות‘דיגע געברויכן וואס קען נאר צוגעשטעלט ווערן לתורה‪ ,‬תפלה‪ ,‬צדקה‪ ,‬חינוך הבנים‬
‫ועוד ועוד‪ ,‬ווי‪ :‬אנ“ש האבן טעגליך זייער קביעת עתים לתורה אינעם בארימטער היכל תהלות‬
‫יוסף; אנ“ש האלטן מיט די שיעורי תורה דרבים; ספעציעלע ”שיעורים פאר ”חתנים“ און ”אברכים‬
‫צעירים“ דורך הרבנים הגאונים מורי הוראה דקהלתינו הק‘ שליט“א; שיעורים אין זמנים מיוחדים‬
‫אין יאר‪ ,‬ווי‪ :‬פאר יום טוב‪ ,‬ימי חול המועד‪ ,‬שובבי“ם‪ ,‬זונטאגס‪ ,‬פרקי אבות‪ ,‬ועוד; ”חברה משניות“‬
‫לע“נ הנעדרים; ”חברה קנין ספרים“ מיט טויזענטער ספרי קודש ‪ -‬צענדליגער פיל‪-‬געפאקט‬
‫מנינים ביי אלע תפלות שחרית מנחה ומעריב; ”ועד מורא מקדש“ אכט צו געבן אויף כבוד בית‬
‫מקדש מעט און אויף קדושת ביהמ“ד באופן נעלה; ‪” -‬ועד הקאווע“ צוצושטעלן טעגליך טויזענטער‬
‫גלעזלעך ווארימע משקה; עטליכע גמ“ח קאסעס; גמ“ח עזר נישואין; גמ“ח לחליפין וואס באדינען‬
‫אלע טעגליך דעם ציבור מיט גרעסערע און קלענערע הלוואות‪ ,‬פקדונות און אנדערע פעולות של‬
‫חסד‪ ,‬פון וואס אידן זענען כסדר נהנה ‪” -‬חברת תהלים לתשב“ר“ יעדן שבת קודש; חברת ”ושננתם‬
‫לבניך“ מיט הונדערטער עלטערן און קינדער וועכענטליך; ”חברת תהלים“ יעדן פרייטאג אין די‬
‫לאנגע זומער טעג; חברה ”ומקדשי תיראו“ פאר די תשב“ר ביים ליינען; ”חברת תהלים“ יעדן יום‬
‫התענית; חברה ”מקדשי שביעי“ צוזאמצונעמען די קינדער ביי שלש סעודות צו זינגן די זמירות‬
‫מיט א נעימות; ועוד ועוד אשר אי אפשר לפורטם כי רבים המה‪ ,‬ממש אלע רוחניות‘דיגע געברויכן‬
‫וואס א איד נויטיגט זיך פאר אן ערליכער אידישער לעבנסשטייגער‪.‬‬
‫בכל פינות שאתה פונה‬
‫אויסער די גרויסע בתי מדרשים‪ ,‬איז אהערגעשטעלט געווארן באזונדערע בתי מדרשים אין אלע‬
‫געגענטער פון די שטאט‪ ,‬דערמיט צו געבן די געהויבענע געלעגענהייט פאר אנ“ש ובני קהלתינו‬
‫הק‘ זיך קובע מקום צו זיין לתורה ולתפלה דייקא אין די קהל‘ישע סאטמארער בתי מדרשים‪ ,‬ווי‬
‫עס איז געווען רצון קדשם פון רבוה“ק זי“ע ויבלחט“א‪.‬‬
‫בית מדרשינו ויואל משה ראסס סט‪.‬‬
‫אין צענטער פון וויליאמסבורג איז צוגעשטעלט דער הערליך ווינקל‪ ,‬דער בארימטער ביהמ“ד‬
‫”ויואל משה“ וואו עס האבן זיך קובע מקום געווען פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה וועלכע‬
‫דאווענען יעדן שבת מיט מתינות און געהויבענקייט‪ ,‬ווי אויך גייט דארט אן א הערליכער ”כולל‬
‫בוקר“ נאכפאלגענד מיט א ווארימער תפלת שחרית מדי יום ביומו‪ ,‬אלעס אונטער די הדרכה‬
‫פונעם דומ“ץ הביהמ“ד הגה“צ רבי ארי‘ לייבוש טייטלבוים שליט“א‪.‬‬
‫בית מדרשינו ”איחוד התלמידים“ וואלעבוט‬
‫פאר די אידן וואס וואוינען אויף די וואלעבוט גאס און אומגעגענד‪ ,‬שטייט גרייט דער‬
‫הערליכער ביהמ“ד ”איחוד התלמידים“ אויף וואלעבוט סט‪ .‬וועלכע איז פון די ערשטע בתי‬
‫מדרשים וואס איז נתייסד געווארן דורך קהלתינו הק‘‪ .‬דער ביהמ“ד איז א גאנצע וואך א‬
‫הערליכער מקום תורה ותפלה‪ ,‬מיט פילע שיעורי תורה דרבים מיט דאס השתתפות פון א‬
‫גרויסן ציבור‪ .‬ובפרט איז דער ביהמ“ד פתוח לרוחה אין די שבתות וימים טובים‪ ,‬ווען דער‬
‫ביהמ“ד איז א תל תלפיות פאר פילצאליגע אידן‪ ,‬און גייט אן לשם ולתפארת אונטער די‬
‫הדרכה פונעם רב הביהמ“ד הגה“צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט“א‪.‬‬
‫בית מדרשינו סאוט ‪ 8‬סט‪.‬‬
‫אינעם בראשור וואס איז ערשינען דורך קהלתינו הק‘ צום דיוס קאסירונג פון פארגאנגענעם‬
‫יאר‪ ,‬איז געשטאנען באריכטעט איבער די פלענער פון עפענען א נייעם ביהמ“ד אויף די סאוט‬
‫סטריטס‪ .‬אצינד האלטן מיר ביי דעם‪ ,‬אז דער ביהמ“ד איז שוין ב“ה א געשעענער פאקט‪ ,‬און‬
‫איז מיט א צייט צוריק שוין געעפענט געווארן אויף די סאוט אכטע סט‪ .‬פאר די אידן וואס‬
‫וואוינען אויף יענע זייט וויליאמסבורג‪ .‬דער נייער ביהמ“ד איז שוין ברייט אפן‪ ,‬און האט‬
‫ב“ה צוגעצויגן צו זיך א הערליכער ציבור מסלתה ומשמנה פון חברי קהלתינו הק‘ תושבי‬
‫השכונה‪ .‬אין די געציילטע חדשים וואס דער ביהמ“ד איז אפען‪ ,‬איז עס שוין ברייט באקאנט‬
‫אלס אייגענארטיגער געהויבענער מקום תורה ותפלה וואס ברענגט א שטארקן כבוד פאר‬
‫קהלתינו הק‘‪.‬‬
‫גלייכצייטיג גייען ווייטער אן די העפטיגע פלענער אויפצובויען פארן ביהמ“ד דעם בנין‬
‫החדש והמפואר‪ ,‬וועלכע וועט געבויט ווערן אויף דעם גרויסן באדן וואס איז אפגעקויפט‬
‫געווארן דורך עסקני קהלתינו מיט א צייט צוריק‪ ,‬ובורא עולם בקנין השלם זה הבנין‪.‬‬
‫ביהמ“ד ישמח משה‬
‫די תושבים אויף די העריסאן און מארסי גאסן און ארום זענען כסדר נהנה פונעם ביהמ“ד‬
‫”ישמח משה“ שע“י קהלתינו הק‘ וואס געפונט זיך אין היכל ישיבת ”קרן התורה“ אויף‬
‫עולם‬
‫לםם‬
‫ראטלידזש סט‪ .‬וואס די פילע תושבים אין די געגענד‪ ,‬געבן אפ שבח והודי‘ לקבל בורא עעול‬
‫‪19‬‬
20
‫אז ”הרחיב ה‘ לנו ופרינו בארץ“ נאכדעם ווי עס איז ב“ה נתרחב געווארן די גבולי הקדושה‪ ,‬און אין‬
‫צוגאב וואס דער ביהמ“ד איז שוין ביז היינט אפען געווען דורכאויס די גאנצע וואך אין די אווענט‬
‫שטונדן אלס מקום לקביעת עתים לתורה אין דער ביהמ“ד שוין ב“ה געעפענט געווארן אויך אויף‬
‫די שבתות השנה‪ ,‬לשביעת רצון תושבי השכונה‪.‬‬
‫ביהמ“ד דברי יואל‬
‫פאר די תושבים ארויסציר פון וויליאמסבורג‪ ,‬אויף די גאסן צו טרופ עוו‪ .‬שטייט גרייט דער‬
‫הערליכער ביהמ“ד ”דברי יואל“ אינעם בנין ישיבת ”באר התורה“ וועלכע איז פתוח לרוחה א‬
‫גאנצע וואך און אום שבת קודש‪ ,‬פאר די תפלות און שיעורי תורה‪ ,‬און ווערט כסדר באנוצט דורך‬
‫אנ“ש וועלכע זענען זיך מחי‘ מיט דעם אייגן ווינקל וואס איז זיי צוגעשטעלט‪.‬‬
‫בנין החדש ביהמ“ד ברך משה‬
‫אחרון אחרון חביב שטייט גרייט פאר די חברי קהלתינו תושבים אין די קלינטאן היל געגענד‪,‬‬
‫באקאנט אלס ”ניי וויליאמסבורג“ דער ביהמ“ד החדש וואס די חברי קהלתינו הק‘ האבן אנהייב‬
‫ווינטער זוכה געווען צו באנייען אויף די סקילמאן גאס‪ .‬דער ביהמ“ד טראגט דעם נאמען ”ברך‬
‫משה“ לשמו ולזכרו פון מרן רביה“ק זי“ע‪ ,‬וואס רוחו הק‘ איז חופפת עליו כל הימים‪ ,‬און דער‬
‫ביהמ“ד רופט ארויס שעצונג ביים גאנצן ציבור‪ .‬דער ביהמ“ד איז דערווייל אפען אויף די שבתות‬
‫וימים טובים‪ ,‬און די תושבי שכונת קלינטאן היל האלטן כסדר מיט ווי דער ביהמ“ד בויט זיך‬
‫ווייטער אין פולן טעמפא‪ ,‬און האפן שטארק אז עס וועט שוין בקרוב געעפענט ווערן פראמענאנט‬
‫אויך אויך א גאנצע וואך לשמחת לבבם ולבב כל חברי קהלתינו הק‘‪.‬‬
‫”אלעס“ אין ראם פון די קהלה‬
‫אויסער די דערמאנטע פראיעקטן גייט אן דא אין וויליאמסבורג אלע סארט רוחניות‘דיגע‬
‫אקטיוויטעטן און פעולות‪ ,‬און סיי וואס עס פעלט זיך נאר אויס פארן רוחניות‘דיגן וואוילזיין פון‬
‫יעדן איינעם פון די חברי קהלתינו הק‘ איז צוגעשטעלט על צד היותר הטוב‪.‬‬
‫התאחדות אברכים‬
‫בכל עת מצוא זענען די חברי קהלתינו הק‘ נהנה פון די פארשידענארטיגע פעולות צוגעשטעלט‬
‫דורך ”התאחדות אברכים“ צוצושטעלן שיעורים תמידין כסדר בכל עת ובכל זמן‪ ,‬און אדאנק די‬
‫אלע פעולות קען יעדער איד ביי אונז אין די קהלה מיטהאלטן איינס אדער עטליכע שיעורים‬
‫סיי ווען אימער‪ ,‬סיי בחברותא און סיי ברבים‪ ,‬סיי א גאנצע וואך און סיי שבתים ומוצאי שבת‪,‬‬
‫סיי פאר די ימים טובים און סיי בימי החגים וחול המועד‪ ,‬אלעס אין ראם פון די בתי מדרשים‬
‫שע“י קהלתינו הק‘‪.‬‬
‫דאס איז אויסער די שיעורים ופעולות מיוחדים אין ספעציעלע זמנים ווי די וויכטיגע‬
‫שיעורים פרטים פאר חתנים און כלות‪ ,‬זיי צוצוגרייטן צום נייעם לעבן וואס זיי גייען אנהייבן‬
‫בשטומ“צ; שיעורים פאר אברכים צעירים זיי מדריך צו זיין בהלכה והשקפה; מלוה מלכה‘ס‬
‫און מסיבות חיזוק פאר די חשוב‘ע אברכים ועוד‪.‬‬
‫ווידער ווירבלען די בתי מדרשים שע“י קהלתינו הק‘ פאר יעדן יום טוב‪ ,‬און במשך די ימים‬
‫טובים פון די פילע שיעורים וואס איז צוגעשטעלט פאר די חברי קהלתינו הק‘; שיעורים לימי‬
‫השובבי“ם איבערצו‘חזר‘ן די הלכות נחיצות; און אזוי ווייטער‪.‬‬
‫להורות את דבר ה‘‬
‫דאס אידישע לעבנסשטייגער איז געקניפט און געבינדן מיט די תורה הק‘ ודיני‘‪ .‬כדי זיך צו‬
‫קענען פירן ווי א איד‪ ,‬דארף מען כסדר אנפרעגן א דעת תורה ווי אזו זיך צו פירן אויף טריט‬
‫און שריט‪ .‬בתוככי קהלתינו הק‘ שטייען גרייט קרוב צו צוויי מנינים חשוב‘ע תלמידי חכמים‪,‬‬
‫מורי הוראה מובהקים‪ ,‬וועלכע זענען עומדים הכן לשרת בקודש‪ ,‬להורות את דבר ה‘ זו הלכה‬
‫און צו פסק‘נען שאלות פארן ציבור‪.‬‬
‫דער ”בית הוראה“ אין בית מדרשינו הגדול ווירבעלט טעגליך עטליכע שעה אין טאג‪ ,‬סיי‬
‫אינדערפרי און סיי אויפדערנאכט‪ ,‬מיט פילע שואלים בדבר ה‘ זו הלכה‪ ,‬ובפרט איז מערקבאר‬
‫דער גרויסער ציבור שואלים אין פארשידענע זמנים איבער די וואך ווען עס איז שווער צו‬
‫טרעפן א מורה הוראה‪ ,‬ווי ערבי שבתות וערבי ימים טובים און יעדן יום טוב נאך די תפלות‪,‬‬
‫און אין נאך זמנים ווען די מורי הוראה זיצן אינעם בית הוראה בבית מדרשינו הגדול‪.‬‬
‫דאס איז אויסער דער צענטראלער לשכת בית הוראה שע“י קהלתינו הק‘ אויף ראס סט‪.‬‬
‫וועלכע ווירבעלט טעגליך מיט הונדערטער אידן וואס קומען אנפרעגן שאלות בכל מקצועות‬
‫התורה רוב שעות פונעם מעת לעת‪.‬‬
‫כולל אברכים‬
‫קהלתינוו‬
‫א בחור פארענדיגט די ישיבה יארן‪ ,‬ער גייט אונטער די חופה בשטומ“צ און שוין איז קקהללת נ‬
‫‪21‬‬
22
‫הק‘ גרייט אים אויפצונעמען די פרישע אברכים מיט אפענע ארעמס‪ ,‬אז איידער ער גייט ארויס‬
‫אויף די גרויסע וועלט‪ ,‬זאל ער נאך עטליכע יאר זיך קענען משלים זיין בעסק התורה‪ ,‬וואס דאס‬
‫זאל אים אראפשטעלן א יסוד פארן לעבן‪ ,‬און זאל אים באגלייטן אויף שטענדיג‪.‬‬
‫בהיכל בית מדרשינו הגדול אויף הופער סט‪ .‬גייט אן דער בארימטער ”כולל אברכים“ שמשם יוצא‬
‫קול תורה אויף א געוואלדיגן פארנעם‪ .‬די פילע אברכים וואס זענען יושבי אהלה של תורה‪ ,‬שעפן‬
‫דארט חיות און חיזוק מיט וואס אנצוהייבן דעם נייעם לעבן אין וועלכע זיי טרעטן דאן אריין‪.‬‬
‫וואס נאר שייך‪.‬‬
‫די מצות מצוה ווערן געבאקן מיט די בארימטע מהודר‘דיגע ”אריזאנא ווייץ“ און מיט נאך‬
‫פילצאליגע חומרות‪ ,‬וואס מרישא ועד גמירא ”מתחלת הזריעה עד אחד האפי‘“ זענען די מצות‬
‫אונטער די שטרענגע השגחה פון כ“ק מרן רבינו שליט“א ובנו הגה“צ אבד“ק ור“מ שליט“א‪,‬‬
‫ומוסיפין בקודש‪ ,‬קומען כסדר צו פרישע איינריכטונגען‪ ,‬נייע און פרישע הידורים‪ ,‬אלעס‬
‫וואס נאר שייך דערמיט נאכצוקומען די כסדר‘דיגע סטאנדארטן וואס ווערט פארלאנגט דורך‬
‫כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א‪.‬‬
‫וואס נאך איז וויכטיגער פאר א אידישע שטוב ווי ”כשרות“ בכלל‪ ,‬און א ”כשר שטיקל פלייש“‬
‫בפרט‪ .‬דאס איז דער יסוד אויף וועלכע א אידישע שטוב בויט זיך‪ ,‬און אן הזנחה אין דעם ענין איז‬
‫ח“ו א הזנחה אינעם יסוד פון א אידישע שטוב‪.‬‬
‫צוליב דעם איז קהלתינו הק‘ מיט עטליכע יאר צוריק אריינגעשפרונגן אין דעם מעכטיגן פראיעקט‪,‬‬
‫אויפצושטעלן די בארימטע פלייש טעיק‪-‬אוט געשעפטן‪ ,‬דורך וועלכע די אלפי חברי קהלתינו‬
‫הק‘ האבן ב“ה די ברייטע מעגליכקייט מהדר צו זיין בכשרות הבשר אויפן העכסטן סטאנדארט‪.‬‬
‫אין די געשעפטן וואו עס ווערט פארקויפט דייקא די פליישן וואס ווערן אהערגעשטעלט מיט‬
‫אלע חומרות און הידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א‬
‫כפי הוראתיהם וחומרותיהם פון מרנן רבוה“ק‪ ,‬סיי ביי די עופות און סיי ביי די גסות‪ ,‬ווי ”שחיטה‬
‫מונחת“; ”געלאסענע שחיטה“; הידורים מיוחדים באופן יוצא מן הכלל ביי ”בדיקת הסירכות“;‬
‫”בדיקת סכינים“ און אלע ”בדיקות“ בדקדוק יתירה; מליחה נאר מיט ”שטיין זאלץ“ כפי הוראת‬
‫רביה“ק זי“ע ועוד ועוד‪.‬‬
‫ומדי דברו איז כדי מעורר צו זיין דעם ציבור איבער דאס וויכיגקייט אז חברי קהלתינו זאלן‬
‫מדקדק זיין איינצוקויפן פלייש דייקא אין אנזערע פלייש געשעפטן‪ ,‬ווי עס איז פארלאנגט געווארן‬
‫דורך מרנן רבוה“ק זי“ע‪ ,‬און ווי יבלחט“א כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א איז כסדר מעורר‪.‬‬
‫מקוה טהרה‬
‫פלייש און טעיק‪-‬אוט געשעפטן‬
‫מצה בעקעריי‬
‫”מצות מצוה“ איז איינס פון די וויכטיגסטע געברויכן פאר אידן יראים ושלמים‪ ,‬און איז פון די‬
‫פעולות נחוצות מיט וואס די קהלות קדושות בישראל האבן תמיד באזארגט די חברי הקהלה‪.‬‬
‫קהלתינו הק‘ איז מיט עטליכע יאר צוריק אריינגעשפרונגן אין דעם וויכטיגן פראיעקט‪,‬‬
‫צוצושטעלן די ”סאטמארער מצה בעקעריי“ אויפן העכסטן סטאנדארט פון כשרות און הידורים‬
‫מחיל אל חיל איז מען אריינשפרונגן אין דעם נויטוויכטיגן פראיעקט פאר יסוד קדושתן של‬
‫ישראל‪ ,‬אהערצושטעלן די ”מקוה טהרה“ וועלכע איז א זעלטן ריזן פראיעקט און ציט אריין‬
‫אין שווערע מיליאנען דאלארן‪ .‬דער קאמפליצירטער און פארצווייגטער פראיעקט ווערט‬
‫באגלייט מיט די פערזענליכע כוחות פון הגה“צ אבד“ק שליט“א וועלכער איז אריינגעטון‬
‫בעובי הקורה זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב‪ ,‬אויפן‬
‫שענסטן פארנעם וואס נאר שייך‪.‬‬
‫דאס בויען די מקוה גייט אן מיט פולסטן טעמפא‪ ,‬און וועט האפענטליך שוין גאנץ בקרוב‬
‫שטיין צום באנוץ פונעם ציבור להרבות קדושה וטהרה לטובת אלפי חברי קהלתינו הק‘ דקהל‬
‫יטב לב דסאטמאר‪.‬‬
‫כהנה וכהנה רבות‬
‫נאך פארשידענע וויכטיגע פראיעקטן גייען אן אינערהאלב קהלתינו הק‘ וועלכע זענען‬
‫ניטאמאל אויסגערעכענט ביז אהער‪ ,‬ווי‪” :‬ועד משמרת הכשרות“; ”משמרת חומותיך“‬
‫אנצוגיין מיט די מלחמה לה‘ בעמלק קעגן די כתות הציונים וגוריהן; ”ועד מורא מקדש“‬
‫מרומם צו זיין דעם קרן התפלה וקדושת ביהמ“ד; ”ועד לצמצום ההוצאות“ ביי שמחות וואס‬
‫אנ“ש פראווען כפי בקשת כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א; עטליכע ”קופות גמ“ח“; ”חברה‬
‫משניות“ ועוד ועוד אלעס וואס עס פעלט זיך נאר אויס אין יעדן הינזיכט אויף טריט און שריט‬
‫פונעם אידישן לעבנסשטייגער‪.‬‬
‫‪23‬‬
24
‫חברה קדישא‬
‫כבוד המשפחה‬
‫ווי אן אפטיילונג פאר זיך בתוככי קהלתינו הק‘ גייט אן די ”חברה קדישא“ וועלכע‬
‫געבן זיך אפ מיט די האקעלע און אחריות‘דיגע אויפגאבע פון כבוד המת והנפטרים‬
‫כדת וכדין‪.‬‬
‫אויף א באוזנדערן אופן זענען די חברים פון חברה קדישא גרייט זיך אפצוגעבן‬
‫מיטן כבוד המשפחות פון די חשוב‘ע נפטרים ע“ה אויפן שענסטן פארנעם‬
‫וואס איז שייך אין אזעלכע האקעלע זמנים‪ .‬כ“ק מרן רבינו הגה“ק שליט“א‬
‫האט ממנה געווען א ספעציעלן ועד פון חשוב‘ע אנשי שם‪ ,‬וואס זענען‬
‫ספעציעל געשטעלט למען כבוד המשפחות‪ ,‬און זיי ארבעטן מיט צוזאמען‬
‫מיט די חשוב‘ע שמשים דקהלתינו הק‘‪ ,‬צו פארזיכערן בעזהשי“ת דעם‬
‫גרעסטן כבוד פון די נפטרים ע“ה‪.‬‬
‫חברה קדישא‬
‫כבכל דור ודור‬
‫אין אלע דורות איז געווען אזוי איינגעפירט‪ ,‬אז די קהלה האט געארבעט שכם אחד‬
‫מיט די חברה קדישא‪ ,‬צוצושטעלן פאר די נפטרים דעם גרעסטן כבוד און אלע‬
‫באדערפענישן וואס נאר שייך‪ .‬אויף דעם אופן איז קהלתינו הק‘ ממשיך זייענדיג‬
‫אקטיוו אין אלע ענינים פון די חברה קדישא באופן נעלה ונשגב‪.‬‬
‫מה נורא המקום הזה‬
‫קהלתינו הק‘ פארפיגט ווייטער אויפן ביה“ח דקהלתינו הק‘ אין קרית יואל‪ ,‬וואו‬
‫עס מקום מנוחת קדשם פון מרנן רבוה“ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי“ע‪,‬‬
‫ולידם הרבנים הגאונים וצדיקים זכר כולם לברכה וועלכע האבן אלע געהאט א‬
‫חלק אינעם איבערפלאנצן אריגינעלער אידישקייט על אדמת אמעריקע‪ ,‬ועליהם‬
‫חונים די פילע נעדרים מאנ“ש‪ ,‬כולם אהובים וברורים מיט וועמען רביה“ק זי“ע‬
‫האט מייסד געוען קהלתינו הק‘ ובראשם די פני וראשי קהלתינו הק‘‪.‬‬
‫שמירת בתי עלמין‬
‫אויסער די אנגייענדע הוצאות אויפן גרויסן בית עלמין אין קרית יואל‪ ,‬איז‬
‫די חברה קדישא שטארק טעטיג זיך אפצוגעבן מיט די אנדערע בתי חיים‬
‫דקהלתינו הק‘ אין ניו דשורזי און אין לאנג איילענד‪ ,‬וואו מען גיבט זיך אפ מיט‬
‫אלע אנגעלעגענהייטן מיט א מסירת נאמנה‪ .‬דאס זעלבע איז מיטן בית עלמין‬
‫אין די שטאט אוהעל‪ ,‬מקום מנוחת קדשו פון הרה“ק בעל ישמח משה זי“ע‪,‬‬
‫וועלכע ווערט אפגעהיטן און באגלייט מיט גרויס געטריישאפט‪ ,‬און ציהט‬
‫כסדר אריין אין ריזיגע סכומים געלט‪.‬‬
‫‬
‫טאג טעגליכע ווירטשאפט‬
‫די חברה קדישא שע“י קהלתינו הק‘ גיבט זיך אפ מיט א געוואלדיגן געטריישאפט‬
‫מיטן טאג‪-‬טעגליכע ווירטשאפט אינעם ביה“ח‪ ,‬זיכער צו מאכן אז אלעס גייט‬
‫אן על צד היותר טוב‪ .‬דאס אנפירן דעם ביה“ח קאסט אפ גרויסע געלטער‪ ,‬און‬
‫מ‘שפארט נישט קיין ארבעט און קיין צו פארזיכערן אז אלעס איז מסודר און‬
‫אהערגעשטעלט אויף א געהויבענעם פארנעם‪.‬‬
‫ויהי רצון שיבולע המות לנצח ויקיצו וירננו שוכני עפר בביאת גואל צדק‪,‬‬
‫בב“א‪.‬‬
‫‪25‬‬
‫‪26‬‬
‫מעמבערשיפ התחייבות‬
‫ווי דערמאנט‪ ,‬דארף יעדער איד זיין א חלק אין די קהלה‪ ,‬און האבן א שותפות מיט‬
‫די קהלה דורכן צאלן ”מעמבערשיפ“ מיט וועלכע די פעולות פון די קהלה ווערט‬
‫פינאנצירט‪ ,‬וואס אויף דעם אופן האט האט מרן רביה“ק זי“ע מייסד געווען די קהלה‪,‬‬
‫אז יעדער חבר הקהלה זאל יערליך צאלן א באשטימטן סכום געלט‪ ,‬דערמיט נושא‬
‫בעול צו זיין מיט די פעולות פון די קהלה‪.‬‬
‫יעדע ריר קאסט געלט‬
‫ווי וויכטיג עס איז דער כח הרבים פון די קהלה‪ ,‬און ווי שטארק נויטיג עס איז פאר‬
‫יחיד אז די קהלה זאל אנגיין‪ ,‬קען דאס אלעס נישט אהערגעשטעלט ווערן נאר מיט‬
‫”געלט“‪ .‬עס קאסט אפ ריזיגע געלטער צוצושטעלן אזא פארצווייגטער אפאראט פון‬
‫קהלתינו הק‘ מיט אלע אירע אפטיילונגען‪ ,‬פאר דעם ברייטן ציבור צו קענען אנגיין‬
‫מיטן חיי התורה והמצוות מדי יום ביומו‪ .‬יעדע ריר קאסט אפ ממון ודמים‪ ,‬וואס ליגט‬
‫אן עול אויף די חברי הנהלת הקהלה דאס אהערצושטעלן‪.‬‬
‫מאלטי מיליאן דאלארדיגע וויטרשאפט‬
‫אויסער די בתי מדרשים פון קהלתינו הק‘ האט די הנהלת הקהלה פארשידענע‬
‫אנדערע ריזיגע הוצאות‪ ,‬ווי פאר‪ :‬אפיס ווירטשאפט; רענט; שכירות פאר רבנים‪,‬‬
‫דיינים‪ ,‬מרביצי תורה‪ ,‬כלי קודש און אנדערע איינגעשטעלטע; ביתו נאוה‬
‫קודש; פארשידענע פעולות לטובה‪ ,‬ווי שרייב ארבעט בכל עת מצוא‪ ,‬דרוקן און‬
‫פארשפרייטן מודעות לכל קדשי בני ישראל ועוד ועוד‪ ,‬וואס יעדעס באזונדער ציט‬
‫אריין אין פאנטאסטישע הוצאות למעלה מן המשוער‪.‬‬
‫”מעמבערשיפ“ בריח התיכון פון קהלה ווירטשאפט‬
‫די חברי הנהלת הקהלה ארבעטן א גאנץ יאר צו פינאנצירן און דעקן די אלע‬
‫פאנטאסטישע הוצאות א שטארקע הכנסה אויף צו דעקן דעם בודזשעט איז די‬
‫הכנסה פון ”מעמבערשיפ“ וואס טראצדעם וואס דער ”דיוס אינקאם“ דעקט בלויז‬
‫ווייניגער ווי העלפט פון די הוצאות וואס ליגט אויף די חברי הנהלת הקהלה‬
‫אהערצושטעלן‪ ,‬פארט איז מעמעבערשיפ דער ”בריח התיכון“ וואס אן די הכנסה איז‬
‫כמעט נישט שייך אנצוגיין מיט די טאג‪-‬טעגליכע ווירשטאפט‪.‬‬
‫עס איז וויכטיג אין‪-‬באטראכט צו נעמען‪ ,‬אז די געווענליכע הכנסה פון זיצן איז כמעט‬
‫גענצליך אוועקגעפאלן‪ ,‬נאכדעם וואס רוב געלט וואס קומט אריין פון פארדינגן די‬
‫זיצן ווערט פארנוצט פאר די הוצאות פון חודש‘ליכע שכירות און פאר די חובות וואס‬
‫איז פארבליבען פין בויען דעם ביהמ‘‘ד אזוי ארום אז א גרויסע הכנסה וואס די קהלה‬
‫האט געווענליך איז גענצליך נישט דא איצט‪ ,‬און דער בריח התיכון פון די קהלה איז‬
‫די הכנסה פון מעמבערשיפ אויף וואס מען איז אזוי שטארק אנגעוויזן‪.‬‬
‫כל חפציך לא ישוו בה‬
‫הנהלת קהלתינו הק‘ ראנגעלט זיך מיט א שווערן בודזשעט פון שווערע הונדערטער‬
‫טויזענטער דאלארן‪ ,‬פון וואס די חברי הקהלה צאלן בלויז א חלק דערפון ‪ -‬ווי‬
‫דערמאנט‪ .‬ווער וויל דען פארפאסן די געלעגענהייט צו נעמען א חלק אין אזא ריזן‬
‫פאבריק פון תורה‪ ,‬חסידות ויראת שמים פאר זיך אליינס‪ ,‬און גלייכצייטיג דערמיט‬
‫צו פארזיכערן דעם רוחניות‘דיגן עתיד פון די אייגענע קינדער און דורות?!‬
‫בואו חשבון‬
‫פאר איר צאלט מעמבערשיפ מאכט אייך א קלארן חשבון‪ ,‬אז דער ביהמ“ד איז אייער‬
‫”צווייטער היים“ וואו איר פארברענגט פילע שעות איבערן טאג‪ .‬יעדער איינער‬
‫צאלט ביי זיך אין שטוב פארשידענע רעגעלמעסיגע הוצאות‪ ,‬ווי‪ :‬לעקטער‪ ,‬גאז‪,‬‬
‫טעלפאן‪ ,‬אינשורענס‪ ,‬רענט\מארגעדזש וכדומה‪ ,‬וואס דאס אלעס קאסט אייך אפ‬
‫שיינע סכומים טעגליך און חודש‘ליך‪ .‬אסאך אסאך מאל מער זענען די הוצאות פון‬
‫קהלתינו הק‘ וואו עס איז די רעדע פון אזעלכע גרויסע בתי מדרשים און אנדערע‬
‫פעולות‪ ,‬וואס ציען כסדר אריין אין ריזיגע סכומים פאר‪ :‬לעקטער‪ ,‬הייצונג‪ ,‬קילונג‪,‬‬
‫רבנים‪ ,‬דיינים‪ ,‬שמשים‪ ,‬ספרים‪-‬פאקן‪ ,‬רוימען אינשורנס מעינטענעס א‪ .‬א‪ .‬וו‪ .‬וואס‬
‫יעדע הוצאה באזונדער ציט אריין אין גאר גרויסע געלטער‪.‬‬
‫מצדתך פרוסה‬
‫פארדינט ערליך דעם טיטול‬
‫הנהלת קהלתינו הק‘ נעמט א באדייטענדער פינאנציעלע חלק אין די הוצאות פון פארשידענע‬
‫אפטיילונגען אין די קהלה‪ ,‬ווי פאר‪” :‬התחאדות אברכים“ שיעורים און חברותות להרמת קרן‬
‫התורה; צענטראלע ”בית הוראה“ לדון ולהורות בדבר ה‘ זו הלכה; לאקאלע בתי מדרשים אין‬
‫אלע ווינקלען פון די שטאט ספעציעל צוגעשטעלט פאר אנ“ש‪ ,‬וואס אויך נאכדעם וואס די‬
‫מתפללים אין די בתי מדרשים נעמען ארויס זייער חלק מיטן מנדב זיין נר למאור‪ ,‬לע“נ אדער‬
‫בעת שמחתם וכדומה‪ ,‬פארבלייבט נאך אלץ אומגעדעקט א באדייטענדע חלק פון די הוצאות‪,‬‬
‫וואס פאלט צולאסט אויף די הנהלת הקהלה; ”כולל אברכים“ וואס געפונט זיך אין ביהמ“ד‬
‫הגודל‪ ,‬וואס ווידער דאס זעלבע‪ ,‬טראץ וואס די הנהלת הכולל צאלט א חלק פון די הוצאות‪,‬‬
‫בלייבט אויף די הנהלה א חלק ניכר דאס משלים צו זיין‪ ,‬ועוד ועוד נאך פראיעקטן וואס ציט‬
‫אריין אלעס אריין אין באזונדערע סכומים‪.‬‬
‫מיטן אויסצאלן אייער דיוס זענט איר א פולשטענדיגער ”חבר“ אין די קהלה‪ ,‬און איר‬
‫פארדינט זיך ערליך דעם טיטול א ”מעמבער“ אין די קהלה גדולה לאלקים‪ ,‬קהל יטב לב‬
‫דסאטמאר‪ ,‬וואס דערמיט זענט איר מקיים במולואו דעם ”חבר אני לכל אשר יראיך“ אויף‬
‫א זעלטענעם פארנעם‪.‬‬
‫‬
‫חלק כחלק יאכלו‬
‫מיטן אויסצאלן אייער יערליכע מינימאלער אפצאל פאר מעמבערשיפ‪ ,‬האט איר א חלק אין‬
‫טויזענטער שעות פון תורה תפלה וגמילות חסדים‪ ,‬און איר זענט א שותף אינעם אויפהאלטונג‬
‫פון די גרעסטע קהלה קדושה בישראל וואס פירט זיך בדרך רבוה“ק זי“ע ויבלחט“א‪ ,‬אז מען זאל‬
‫דאס קענען אנהאלטן לנו ולבנינו ולדורתינו אחרינו עד ביאת הגואל‪.‬‬
‫וכל מי שנמנו חבריו לדבר מצוה והוא נמנה עמהם וועט זיכער זוכה זיין דורכדעם צו כל‬
‫מיני השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות‪ ,‬און צו קענען מגדל זיין די קינדער בדרך ישראל‬
‫סבא‪ ,‬אויף דעם דרך וואס רבוה“ק האבן כסדר געמאנט‪ ,‬יעדער וועט זוכה זיין צו הרבחת‬
‫הדעת דקדושה וכל מילי דמיטב‪ ,‬און בקרוב זאלן מיר שוין זוכה זיין צו גיין קעגן משיח‬
‫צדקינו‪ ,‬ומלכינו בראשינו‪ ,‬אמן‪.‬‬
‫ניגונים חדשים וואס ווערט ערצייגט מידי שנה בשנה דורך די משוררים‬
‫בצילא דמהימנותא של מרן רבינו שליט"א‬
‫חיזוק להנהלת הקהלה‬
‫חוץ מזה וואס מיטן אויסצאלן מעמבערשיפ נעמט איר פערזענליך א חלק אין די פעולות פון די‬
‫קהלה‪ ,‬געט איר דערמיט א געוואלדיגן חיזוק פאר די חברי הנהלת הקהלה און פאר די געטרייע‬
‫עסקנים‪ ,‬וועלכע זעען ווי דער ציבור איז מחשיב זייער ארבעט און נעמען ארויס זייער חלק ביים‬
‫אויסצאלן די פארלאנגטע סכומים‪ .‬דאס אויסצאלן דעם דיוס בלאזט אריין אין די חברי הנהלה‬
‫אן התלהבות דקדושה ממשיך צו זיין בעבודת הקודש ביתר שאת להמשיך הלאה דעם דרך‬
‫הקדושה וואס רביה“ק זי“ע האט איינגעפלאנצט על אדמת אמעריקע‪.‬‬
‫‪27‬‬
‫צאלט אויס אייער התחייבות‬
‫און גייט אריין אינעם‬
‫משתה ושמחה‬
‫זילבער גורל‬
‫‪back picture main raffle‬‬
‫איר קענט באצאלן דורך אריינשיקן אויף די‬
‫פאסט צו‪:‬‬
‫‪Cong. Yetev Lev D’Satmar‬‬
‫‪163 Rodney Street‬‬
‫‪Brooklyn, NY 11211‬‬
‫‪Cong. Yetev Lev D’Satmar‬‬
‫‪POB 50186‬‬
‫‪Brooklyn, NY 11205‬‬
‫אדער אין אפיס‪:‬‬
‫‪Tel:718-302-6720‬‬
‫‪Ext.209-201‬‬
‫‪Fax:718-486-2473‬‬
‫‪28‬‬