1» » בתוככי הקהלה

Transcription

1» » בתוככי הקהלה
‫בס"ד‬
‫נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה‬
‫אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר"‬
‫מאנטאג צו | תשע"ב‬
‫‪17‬‬
‫על מזוזות ביתך ובשעריך‪:‬‬
‫תל תלפיות שהכל אלי' פונים‪:‬‬
‫כ"ק רבינו שליט"א איז קובע מזוזות ביי‬
‫נייע חדרי תורה ותפלה אין ביהמ"ד מוירטל‬
‫צענטראלער ביהמ"ד הגדול דקהלתינו‪,‬‬
‫ווירבלט דורכאויס די ימי בין הזמנים‬
‫דעם פארגאנגענעם זונטאג איז געווען א פרייליכער טאג צווישן‬
‫די מתפללים ובאי בית מדרשינו בית יעקב נחמי' דקיט"ל מוירטל‪,‬‬
‫ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אריבערגעקומען קובע זיין די‬
‫מזוזות אויף די ‪ 2‬נייע פראכטפולע שטיבלעך לתורה ותפלה‪ ,‬וואס‬
‫עס האבן אויפגעבויעט די ‪ 2‬לעגענדארע בונים ומקימים עולמות‬
‫של תורה ויראה‪ ,‬הרבני הנגיד מו"ה דוד לייבוש הי"ו ואחיו הרבני‬
‫הנגיד מו"ה אברהם בער הי"ו‪ ,‬חבר ועד הפועל דקהלתינו‪ ,‬וועלכע‬
‫אומפארגעסליכן‬
‫ַ‬
‫האבן מנדב געווען דעם ביהמ"ד לע"נ זייער‬
‫ָ‬
‫פאטער הרה"ח ר' יעקב נחמי' ז"ל‪ ,‬און איז דעם פארגאנגענעם יום‬
‫ָ‬
‫טוב פורים אריין אין טעגליכן באנוץ לרחבת המתפללים והלומדים‪,‬‬
‫ווי אויספירליך באריכטעט מיט ‪ 2‬וואכן צוריק‪.‬‬
‫פילפארביגע רייכע שיעורי תורה הכנה לחג אין אלע‬
‫טאג‪-‬שטונדן ציען הונדערטער אידן זקנים עם נערים‬
‫ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען איז דער רבי‬
‫שליט"א אנטפאנגען געווארן בפאר וכבוד פון די פילצאליגע‬
‫מתפלים ולומדים אין שפיץ פון די חשוב'ע נגידים בוני הבנין‪ .‬עס‬
‫איז צוגעגרייט געווארן א שיינער מסיבת לחיים‪ ,‬וואו עס האבן‬
‫זיך באטייליגט א ריזיגער ציבור אין שפיץ פונעם דומ"ץ הביהמ"ד‬
‫הרה"ג רבי אשר מאנן שליט"א‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און דערנאך ווארעם‬
‫אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות צו די חשוב'ע אחים הנדיבים‬
‫שיחי'‪ ,‬צום דומ"ץ הביהמ"ד און דערנאך צו כל הקהל הקודש‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א צוגעטרעטן צו די קביעת מזוזה ווערנדיג‬
‫מיטגעהאלטן מיט גרויס התרגשות פונעם גאנצן ציבור‪ ,‬און רבינו‬
‫שליט"א האט אנגעוואונטשן מקירות לבו אז מ'זאל זוכה זיין צו‬
‫קענען באנוצן די בתי מקדש מעט מתוך נחת והרחבה און עס זאל‬
‫דערהייבן דעם קרן התורה והתפלה אין בית המדרש‪ ,‬ובפרט די‬
‫חשוב'ע אחים הנדיבים שיחי' זאלן קענען ווייטער מרבה זיין מיט‬
‫זייערע פעלים אדירים לתורה ולתעודה מתוך נחת ושמחה‪ ,‬אמן‪.‬‬
‫■■■‬
‫דער צענטראלער בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט איז‬
‫דורכאויס דעם גאנצן יאר דער פיבערדיגער תל תלפיות בה"א‬
‫הידועה וואס ווירבלט פון אינדערפרי ביז ביינאכט מיט תורה‬
‫ותפלה‪ ,‬אבער אין די איצטיגע וואכן פון בין הזמנים ווערט עס‬
‫פילפאכיג פארשטארקט‪ ,‬ווען עס ווערט פארוואנדעלט אין‬
‫דער רוחניות'דיגער צענטראל‪-‬פונקט און נערוו‪-‬צענטער‪ ,‬מיט‬
‫א פארדאפלטן פארקער פון די טויזנטער בחורי חמד תלמידי‬
‫ישיבתינו הקדושות‪ ,‬וועלכע קערן זיך אום פון די ישיבות און קומען‬
‫בין כותלי הבית המדרש צו דאווענען‪ ,‬לערנען‪ ,‬און מיטהאלטן די‬
‫רייכע שיעורי תורה בין כותלי בית מדרשינו‪.‬‬
‫די טויזנטער אנ"ש בעלי בתים ואברכים ובחורי חמד‪ ,‬באגריסן‬
‫דעם וואונדערבארן סיסטעם וואס איז לעצטנס איינגעשטעלט‬
‫געווארן מיט די מנינים מנחה מעריב‪ ,‬וואס דער באגאבטער‬
‫ממונה מטעם קהלתינו‪ ,‬האברך היקר מלמד תשב"ר‪ ,‬מוה"ר בערל‬
‫שווארץ הי"ו‪ ,‬פירט אן מיט גרויס כשרון צו יעדנס צופרידנהייט‪.‬‬
‫יעדע פינף מינוט שטעלט זיך א פרישער מנין מנחה מעריב‪.‬‬
‫א קאפיטל פאר זיך זענען די רייכע שיעורים וואס די‬
‫התאחדות אברכים האט צוגעשטעלט אין אלע עניני החג‪ ,‬הלכה‪,‬‬
‫דרוש ואגדה‪ ,‬וואס ציען פילצאליגע דורשי ומבקשי ה'‪ .‬דעם‬
‫פארגאנגענעם שבת קודש נאכמיטאג איז עס געווען ביי די רייכע‬
‫הלכה שיעור פון הרה"ג ר' משה ארי' ליבערמאן שליט"א‪ ,‬מו"ץ‬
‫בקהלתינו‪ ,‬וועלכער האט געזאגט זיין שיעור אין הלכות פסח‪ ,‬פאר‬
‫א ציבור פון העכער ‪ 500‬משתתפים וועלכע האבן זיך צוגעהערט‬
‫צו די הלכות החג‪ ,‬געבנדיג דעם ריכטיגן אפטייטש פון 'שואלין‬
‫ודורשין בהלכות החג' וואס דער דיין שליט"א האט לעבהאפטיג‬
‫אראפגעגעבן מיט'ן אויסערגעווענליכן קלארקייט‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪1‬‬
‫מעכטיגער סעד ועזר "פסח יריד" דורך התאחדות אברכים‬
‫גיגאנטישן נ‪.‬י‪ .‬סטעיט ארמארי‬
‫פארקומען אין ַ‬
‫טמאר וועט ָ‬
‫ד'סא ַ‬
‫ַ‬
‫דעם יאר ווערט אפגעצייכענט ‪ 12‬יאר זינט דעם גאלדענעם איינפיר אין יאר תש"ס לפ"ק‬
‫האבן אויפגענומען די‬
‫וויליאמסבורג‪ - .‬מיט גרויס פרייד ָ‬
‫ַ‬
‫וויליאמסבורג בכלל און אנ"ש תלמידי וחסידי‬
‫ַ‬
‫טויזנטער תושבי‬
‫טמאר בפרט די פריידיגע בשורה‪ַ ,‬אז ס'איז געלונגען פאר די‬
‫סא ַ‬
‫ַ‬
‫הנהלה פון די ַאלעמען באקאנטע "סעד ועזר" שע"י התאחדות‬
‫היי‪-‬יאר דעם‬
‫ָ‬
‫טמאר‪ַ ,‬אהערצושטעלן אויך‬
‫דסא ַ‬
‫ַ‬
‫אברכים‬
‫צענטראלן ריזיגן פסח יריד‪ ,‬וואו מען קען איינקויפן הונדערטער‬
‫ַ‬
‫ראדוקטן פאר שטוינענד ביליגע ּפרייזן לכבוד‬
‫אייטעמס און ּפ ָ‬
‫יארק סטעיט‬
‫גיגאנטישער פעסטונג "ניו ָ‬
‫ַ‬
‫חג המצות‪ ,‬אין דער‬
‫רמארי"‪.‬‬
‫ַא ָ‬
‫ַא גרעסערער ציבור איז ָאנגעוויזן אויף די הילף פון סעד ועזר און‬
‫קאנט זענען די ּפרייזן אויסערגעווענליך געשטיגן‪ ,‬זענען די‬
‫בא ַ‬
‫ווי ַ‬
‫געארבעט אימערמידליך מיט‬
‫היי‪-‬יאר געזעסן און ַ‬
‫ָ‬
‫עסקנים אויך‬
‫ראדוקטן‪.‬‬
‫מפ ַאניס פון די ּפ ָ‬
‫קא ּ‬
‫די דיסטריביוטערס און מיט די ָ‬
‫מ'האט איינגעקויפט ַא סאך ַא גרעסערע קוואנטום כדי צו‬
‫ָ‬
‫רשאפן‬
‫פא ַ‬
‫האט ּפרובירט צו ַ‬
‫באקומען בעסערע ּפרייזן און מען ָ‬
‫ַ‬
‫געווארן‬
‫ָ‬
‫נאר שייך‪ .‬עס איז צוגעשטעלט‬
‫וואס איז ָ‬
‫די ביליגסטע ָ‬
‫ראדוקטן‬
‫נוצבארע פרישע ּפ ָ‬
‫ַ‬
‫סאך‬
‫קוואנטום פון ַא ַ‬
‫ַ‬
‫גאר ַא גרויסע‬
‫ָ‬
‫האלסעיל‪ָ ,‬אן‬
‫יאר‪ ,‬ביליגער ווי ָ‬
‫פאר ַא ָ‬
‫לכבוד פסח‪ ,‬פיל מער ווי ַ‬
‫קיין "לימיט" ּפער משפחה וויפיל מען קען נעמען‪.‬‬
‫ווי די עסקני התאחדות אברכים געבן‬
‫איבער צום 'בתוככי' לייגט די הנהלה פון‬
‫סעד ועזר ַאריין איבערמידליכע כוחות‬
‫יארן‪,‬‬
‫רגאנגענע ָ‬
‫פא ַ‬
‫היי יאר‪ ,‬מער ווי די ַ‬
‫גאר ַא סך‬
‫האבן אינוועסטירט ָ‬
‫און זיי ָ‬
‫לאנירן די ַאלע‬
‫אויספ ַ‬
‫ּ‬
‫כוחות אינעם‬
‫דעטאלן איינצוריכטן דעם‬
‫ַ‬
‫טעכנישע‬
‫וואס איז‬
‫רמארי געביידע‪ָ ,‬‬
‫גיגאנטישן ַא ָ‬
‫ַ‬
‫בלאק‪,‬‬
‫ָ‬
‫גאנצן סקווער‬
‫ַא ריזן בנין פון ַא ַ‬
‫נטהאלט איבער ‪ 70‬טויזנט סקווער‬
‫ַ‬
‫און ַא‬
‫פיס‪ ,‬וועט אויסגעשטעלט ווערן ווי‬
‫ַ‬
‫סופ‬
‫ּ‬
‫ַא מעכטיגער‬
‫לאנגע רייעס מיט‬
‫ערמארקעט מיט עטליכע ַ‬
‫רומצופארן מיט ַא וועגעלע‪ ,‬און‬
‫ָ‬
‫לאץ בהרחבה גדולה ַא‬
‫גענוג ּפ ַ‬
‫פאר שטוינענדע ּפרייזן‪.‬‬
‫איינקויפן לויטן געברויך ַ‬
‫עס וועט זיין צוגעשטעלט אויפן‬
‫שטאב מיט עסקנים‪,‬‬
‫ַ‬
‫לאץ ַא גרויסער‬
‫ּפ ַ‬
‫באדינען‬
‫וואס וועלן בעזהי"ת העפליך ַ‬
‫ָ‬
‫צום צופרידנהייט פונעם ציבור‪ .‬עס איז‬
‫טזאם צו וויסן ַאז דער "פסח יריד"‬
‫רא ַ‬
‫ַ‬
‫איז אויסדריקליך נישט קיין צדקה‬
‫ניזאציע‬
‫רגא ַ‬
‫ניזאציע‪ ,‬נאר ַא הילף ָא ַ‬
‫רגא ַ‬
‫ָא ַ‬
‫וואס העלפן‬
‫פון געטרייע וואלונטירן ָ‬
‫ספעציעל פאר‬
‫פארגרינגערן דעם ציבור ּ‬
‫ַ‬
‫זא גרויסן יו"ט ווען ס'איז צרכי ישראל‬
‫ַא ַ‬
‫מרובים‪ ,‬בבחינת איש לרעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק! דעריבער‬
‫באזונדער‬
‫עראציע פון יעדן ַ‬
‫קא ָא ּפ ַ‬
‫ערווארטן די פולסטע ָ‬
‫ַ‬
‫איז צו‬
‫זאל קענען צופרידן שטעלן יעדן עצהיו"ט‪.‬‬
‫כדי מען ָ‬
‫וואך פיבערן שוין די גאסן ארום די‬
‫דורכאויס די היינטיגע ָ‬
‫פארשידענע ערליי‬
‫טרעילארס פון ַ‬
‫ָ‬
‫ארמארי מיט די צענדליגער‬
‫טאנען סחורה צום‬
‫פאבריקן וועלכע לאדענען אפ די צענדליגער ָ‬
‫ַ‬
‫גרויסארטיגן יריד‪ ,‬און ווערט באלד איבערגענומען פון די עסקנים‬
‫ַ‬
‫פארנעם‪.‬‬
‫מייסטערהאפטן ַ‬
‫ַ‬
‫און הערליך אויסגעשטעלט אויף ַא‬
‫נערשטאג‬
‫ָ‬
‫דא‬
‫לאן וועט זיך דער יריד ָאנהייבן דעם ָ‬
‫לויטן ּפ ַ‬
‫גיגאנטישן בנין וועלן געעפנט‬
‫ַ‬
‫כמיטאג ווען די טויערן פונעם‬
‫ָ‬
‫נא‬
‫ָ‬
‫ווערן‪.‬‬
‫דאס‬
‫ָ‬
‫טמאר" צייכנט שוין ב"ה ָא ּפ‬
‫דסא ַ‬
‫ַ‬
‫"סעד ועזר‬
‫ראיעקטן לטובת‬
‫יאר פון פילע לייסטונגען און ּפ ָ‬
‫צוועלעפטע ָ‬
‫דאן ווערט עס‬
‫וואס ַ‬
‫פאר די ימים טובים ָ‬
‫הציבור‪ ,‬ובפרט ַ‬
‫פארגרינגערן די‬
‫פארנעם‪ ,‬צו ַ‬
‫גאר ַא גרויסן ַ‬
‫אויסגעברייטערט אויף ָ‬
‫שווערע הוצאות פון די ימים טובים ובפרט די הוצאות פונעם יו"ט‬
‫פסח‪ ,‬און טויזנטער חברי קהלתינו הק' וואונטשן פון פיל הצלחה‬
‫ראיעקטן‪ ,‬צו קענען מוסיף והולך זיין‬
‫נאבעלע ּפ ָ‬
‫אין ַאלע זייערע ָ‬
‫לטובת הכלל מיט זייערע פעולות לטובה‪.‬‬
‫טראכט דער מצב הפרנסה בכלל וואס פיל‬
‫בא ַ‬
‫נעמענדיג אין ַ‬
‫כה לחי!‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪2‬‬
‫עקסטער דארף ארויסגעהויבן ווערן די עבודת הצדקה וואס‬
‫לייכט אין די טעג מיט די שענסטע פארבן‪ .‬דער ביהמ"ד הגדול‬
‫איז דער הויפט‪-‬קווארטיר פאר די פילצאליגע קמחא דפסחא‬
‫קאמפיינס‪ ,‬פון די מוסדות הק'‪ ,‬ישיבה גדולה‪ ,‬מוסדות יטב לב‪,‬‬
‫קרן הצלה‪ ,‬קהל'ישע קמחא דפסחא קאסע‪ ,‬צדקה פעקלעך פון‬
‫הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל‪ ,‬און הרה"ח ר' מרדכי פאלאטשעק‬
‫ע"ה‪ ,‬און אנדערע צענדליגער מוסדות התורה און יחידים‪ .‬ממש‬
‫יעדן טאג ווערן צוזאמגעשטעלט צענדליגער טויזנטער דאלער'ס‬
‫קמחא דפסחא און מעות חיטין‪ ,‬וואס אנשי שלומינו לאזן זיך‬
‫קאסטן‪ ,‬מיט די איינגעווארצלטע מדת הצדקה והחסד וואס רבינו‬
‫הקוה"ט זי"ע האט אין אונז איינגעפלאנצט‪.‬‬
‫הבית שמגדלין בו תורה‪ ,‬עבודה וגמילות חסדים!‬
‫■■■‬
‫איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק‪:‬‬
‫אנשי שלומינו קוועלן פון טעגליכע‬
‫פארשריט מיט לפאר ולרומם‬
‫אקטיוויטעטן אין ביהמ"ד הגדול‬
‫רידארן און שטיגן‪-‬צימערן ציכטיג‪-‬פריש‬
‫קא ָ‬
‫אלע ָ‬
‫איבערגעפארבט לכבוד יו"ט‬
‫ַ‬
‫געקאלעכט און הערליך‬
‫ַ‬
‫מ'האט שוין איבער די שפאלטענעס פונעם 'בתוככי' עטליכע‬
‫מאל באריכטעט איבער די לפאר ולרומם אונטערנעמונגען אין‬
‫בית המדרש הגדול‪ ,‬אבער איצט האלט עס שוין ביים שטאפל ווען‬
‫'בילדער רעדן מער פון טויזנט ווערטער'‪ ,‬און ווער אימער עס טרעט‬
‫נאר איבער דעם שוועל פון ביהמ"ד הגדול אין די איצטיגע טעג‪,‬‬
‫אויף סיי וועלכע זייט‪ ,‬מזרח מ'ערב צפון דרום‪ ,‬באמערקט באלד‬
‫אין די העפטיגע און טיכטיגע פראיעקטן לפאר ולרומם את בית‬
‫אלוקינו‪.‬‬
‫צום ערשטן טוט מען איצט פריש איבערפארבן אלע אריינגענג‬
‫טרעפן‪-‬צימערן פונעם בית המדרש הגדול‪ ,‬מיט פריש ציכטיג‪-‬‬
‫ּ‬
‫און‬
‫ווייסע ּפעינט‪ ,‬די זעלבע שיינע קאליר איבעראל‪ ,‬וואס מאכט‬
‫א דערפרישענדן פנים חדשות פאר'ן בית מקדש מעט; ביים‬
‫הויפט מערב זייט אריינגאנג‪ ,‬נעבן דעם קאווע שטיבל האט מען‬
‫פארענדיגט אינסטאלירן אלע הערליכע מארמארענע טיילס‪ ,‬וואס‬
‫גיט צו דעם שלימות'דיגן ּפראכט; ביים מזרח‪-‬זייט פון ביהמ"ד‬
‫ווערט צוגעלייגט נאך לעקטער צו פארשטארקן די באלייכטונג‬
‫אין בית המדרש; אין אלע ביה"כ איז ציכטיג ריין אויפגערוימט‬
‫און זויבער אויפ'ן בכבוד'דיגסטן פארנעם; דאס הענגען די מודעות‬
‫ספעציעל באשטימטע ערטער; באזונדערע‬
‫איז איינגעהאלטן אויף ּ‬
‫דעזיגינירטע ּפלעצער פאר די קהל'ישע מודעות פון שיעורי תורה‬
‫און התאחדות אברכים; איבעראל‪ ,‬אויף יעדן טריט און יעדן שריט‪,‬‬
‫מערקט זיך און ס'איז קענטבאר אז דא ארבעט מען מיט כח און‬
‫מחשבה ארויפצוברענגען די 'מעינטענענס און זויבערקייט' אויפ'ן‬
‫העכסטן שטאפל‪.‬‬
‫ווי דער ועד הנהלת הבית המדרש גיט איבער‪ ,‬איז דאס בלויז‬
‫די ערשטע פאזע אינעם לאנגען קייט פון אויפטוען לטובת אנשי‬
‫שלומינו מתפללי בית המדרש הגדול‪ ,‬צום ערשט צורעכט שטעלן‬
‫דאס פלאץ על צד היותר טוב‪ ,‬און דערנאך וועט מען זיך נעמען‬
‫צו די פאקטישע בוי‪-‬ארבעט על מלאכת בית ה' צו רענאווירן און‬
‫איבערפרישן לויט די גראנדיעזע ּפלענער וואס שטייען אויפ'ן טיש‬
‫אריינצוגיין אין קראפט אין די קומענדיגע זומער‪-‬חדשים‪ ,‬וואס וועלן‬
‫אי"ה אויסערגעווענליך דערהייבן דעם קרן בית המדרש הגדול‪.‬‬
‫קרית יואל‬
‫הונדערטער תלמידי הישיבות נעמען‬
‫אנטייל ביי ישיבת בין הזמנים אין בית‬
‫המדרש הגדול אין קרית יואל יצ"ו‬
‫אנגעהויבן פון ר"ח ניסן‪ ,‬דעם פארגאנגענעם זונטאג‪ ,‬איז דער‬
‫יערליכער 'ישיבת בין הזמנים' שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו‬
‫הק' אין קרית יואל אריין אין פולסטן שוואונג‪ ,‬און דער ביהמ"ד‬
‫הגדול ווירבעלט שוין מיט די הונדערטער בחורי הישיבות‪ ,‬תלמידי‬
‫ישיבתינו הקדושות די בכל אתר ואתר‪ ,‬וועלכע קומען זיך צונויף אין‬
‫בית המדרש הגדול צו הארעווען אין די תורה הק' מיט גרויס פלייס‬
‫און התמדה‪ ,‬אז ס'קען זיך דוכטן ווי מ'האלט פעסט אינמיטן זמן‪.‬‬
‫די סדרי ישיבת בין הזמנים הייבן זיך שוין אן פרי פארטאגס‪,‬‬
‫קומו רונו בלילה‪ ,‬ווען צענדליגער טייערע תלמידים קומען צו גיין פון‬
‫אלע עקן שטאט עוסק זיין בתורה בקדרותא דצפרא בחברותא‪,‬‬
‫דאן איז צוגעשטעלט א גרויסער מנין במתינות ובכוונה ווי עס‬
‫ּפאסט זיך פאר תלמידי הישיבה‪,‬‬
‫און דערנאך פאלגן נאך די סדרי‬
‫הישיבה פאר'ן גאנצן טאג‪ ,‬וואס‬
‫ווערט באטייליגט פון הונדערטער‬
‫בחורי חמד‪ .‬ווען אימער איבער'ן‬
‫טאג מ'פאלט נאר אריין אין בית‬
‫המדרש הגדול ווערט מען באלד‬
‫דערשטוינט פון דעם קול תורה‪,‬‬
‫פון אזויפיל הונדערטער יונגע‬
‫בחורי חמד‪ ,‬וואס טראץ ס'איז‬
‫נישט פארהאן קיין עמטליכע זמני‬
‫הישיבה און קיינער קאנטראלירט‬
‫עס נישט‪ ,‬זיצן זיי און הארעווען‬
‫פלייסיג בדברי תורה‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪3‬‬
‫כל היום היא שיחתי‪:‬‬
‫בעלי בתים‪ ,‬אברכים ובחורי חמד גרייטן‬
‫זיך צום גרויסן יום טוב מיט הערליכע‬
‫צוגעשטעלטע שיעורי הלכה ואגדה‬
‫‪ 4‬באזונדערע שיעורים דעם פארגאנגענעם זונטאג‬
‫צווישן אנ"ש אומעטום איז שוין היינט באקאנט די‬
‫הערליכע אויפטוען פונעם התאחדות אברכים אין קרית יואל‪,‬‬
‫וואס שפרודלען אן אויפהער מיט כסדר'דיגע פעולות לטובה‪,‬‬
‫איבערהויפט צייכענען זיי זיך אויס אינעם הינזיכט פון מרבה זיין‬
‫ּ‬
‫דעם כח התורה מיט'ן צושטעלן כסדר שיעורים אין אלע צייטן‬
‫אין אלע מקצועות‪ ,‬וואס האט אן א שיעור מרומם געווען דעם‬
‫קרן התורה בתוככי הקהלה‪ ,‬און הונדערטער חברי הקהלה‪ ,‬בעלי‬
‫בתים ואברכים זענען נהנה פון די שיעורים ביי יעדער געלעגנהייט‪.‬‬
‫איבערהויפט ווען ס'קומט בעפאר א יום טוב‪ ,‬דעמאלט זענען‬
‫די חשוב'ע עסקנים דאפעלט פארנומען‪ ,‬אהערשטעלנדיג רייכע‬
‫אויסוואלן פון אינהאלטספולע שיעורים‪ ,‬כדי אידן זאלן זיך קענען‬
‫גרייטן צום יום טוב ווי ס'געהער צו זיין‪ .‬ובפרט שטייענדיג איצט‬
‫פאר'ן יום טוב פסח‪ ,‬וואס איז מקיף אזויפיל ברייטע ענינים‪,‬‬
‫בהלכה ואגדה אא"וו‪ ,‬האבן די חשוב'ע עסקני התאחדות‬
‫אברכים צוגעשטעלט פילע הערליכע שיעורים‪ ,‬און בלויז דעם‬
‫פארגאנגענעם פ' צו‪ ,‬איז געווען צוגעשטעלט ‪ 4‬באזונדערע‬
‫שיעורים‪ ,‬און ביי יעדע שיעור האבן זיך באטייליגט פילע אידן‬
‫הצמאים לדבר ה'‪.‬‬
‫הרה"ג ר' ברוך פעקעטע שליט"א האט פארגעלערנט א‬
‫הערליכן שיעור בהלכות אפיית מצות‪ ,‬בשעה ‪ 11:30‬אינדערפרי‬
‫אין 'בית נידערמאן'; הרה"ג ר' חיים יוסף גאטליב שליט"א האט‬
‫פארגעלערנט א שיעור אין הגדה של פסח מלא טעם וחן‪ ,‬מיט‬
‫א געשמאקן פירוש אויפ'ן פיוט אז רוב ניסים הפלאת בלילה‪,‬‬
‫באגלייט מיט די סיפורים וואס דער עולם האט געשלונגען מיט‬
‫דארשט‪ ,‬בשעה ‪ 4:30‬נאכמיטאג אין 'חדר טאלטשווא'; הרה"ח‬
‫ר' פייוול ווייס שליט"א האט פארגעלערנט ספה"ק גבורות ה'‬
‫למהר"ל בשעה ‪ 7:00‬אחצ"ה אין 'בית שמעון'; ווי אויך איז געווען‬
‫באזונדער צוגעשטעלט א רייכער שיעור פון הרה"ג רבי יעקב‬
‫יודא ברוין שליט"א‪ ,‬דומ"ץ ביהמ"ד תהלות יואל‪ ,‬ספעציעל פאר‬
‫אינגעלייט‪ ,‬וועלכע הייבן אן‬
‫דאס ערשטע מאל מיט א‬
‫ווירטשאפט אין שטוב אויף‬
‫פסח‪ ,‬זיי זאלן קענען די פילע‬
‫און‬
‫הלכות‬
‫פארצווייגטע‬
‫מנהגים וואס אנבאלאנגט‬
‫דעם יום טוב פסח‪.‬‬
‫אנ"ש תושבי קרית יואל‬
‫מאכן א ברכת הנהנין אויף די‬
‫גייסטרייכע תוכנ'דיגע שיעורים‬
‫און אנערקענען די געטרייע‬
‫עסקנים פאר'ן אהערשטעלן‬
‫פרוכטבארע‬
‫אלע‬
‫די‬
‫רוחניות'דיגע פעולות לטובה‬
‫לטובתם ולהנאתם‪ ,‬ולהגדיל‬
‫תורה ולהאדירה‪.‬‬
‫בארא פארק‬
‫הונדערטער חברי הקהלה ביי‬
‫שמחת תנאים בבית הגה"צ הדומ"ץ‬
‫וחבר הביד"ץ שליט"א‬
‫דעם פארגאנגענעם מוצש"ק פרשת ויקרא העעל"ט האבן זיך‬
‫הונדערטער בני קהלתינו הק' פון איבער גאנץ בארא פארק זיך‬
‫מיטגעפרייט מיט שמחת הגה"צ הדומ"ץ וחבר הביד"ץ שליט"א‬
‫ווען עס איז פארגעקומען די שמחת התנאים פון בתו הכלה‬
‫החשובה בתש"ק תחי' מיט החתן המו"מ בתוי"ש ני"ו בן הרה"ג‬
‫רבי בעריש טירנויער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה וומס"ב ורב‬
‫דביהמ"ד תורת משה‪ ,‬בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל‬
‫שליט"א‪ ,‬און איידעם פון הרב החסיד המפורסם רבי משה הכהן‬
‫גראס שליט"א‪ ,‬לאנגיאריגער מרביץ תורה במוסדותינו הק'‪.‬‬
‫דער אויבן אן איז געווען באזעצט פון גדולי הרבנים שליט"א‬
‫פון די שטאט און בני המשפחה‪ ,‬און א ריזן ציבור אנ"ש ותושבי‬
‫העיר וואס זענען כסדר נהנה מאור תורתו פון דיין שליט"א‪ ,‬וואס‬
‫אלע זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט שמחת הגה"צ הדומ"ץ‬
‫שליט"א‪ .‬מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער שווער‬
‫פון הדומ"ץ שליט"א הגאון הגדול גאב"ד לאנדאן שליט"א‪ ,‬און‬
‫באלד נאכ'ן קריאת התנאים האבן זיך פארמירט לאנגע רייען‬
‫פון פילצאליגע אנ"ש וחברי הקהלה אפצוגעבן מזל טוב דעם‬
‫באליבטן דיין שליט"א בעת שהשמחה במעונו‪.‬‬
‫סימן טוב ומזל טוב יהא לנו‪.‬‬
‫■■■‬
‫רא ּפ ַארק‬
‫בא ָ‬
‫טמאר ָ‬
‫ד'סא ַ‬
‫ַ‬
‫בית האופה‬
‫וועט בעזה"י צושטעלן אויך היי יאר ערב‬
‫פאר אנ"ש שיחיו‬
‫פסח מצות ַ‬
‫אונטער דער השגחה פון הגה"צ הדומ"ץ שליט"א‬
‫רא ּפ ַארק‪ - .‬מיט גרויס צופרידנהייט ווערט אויפגענומען די‬
‫בא ָ‬
‫ָ‬
‫טמאר שיחיו אין‬
‫דסא ַ‬
‫ַ‬
‫בשורה טובה ביי אנ"ש חברי קהל יטב לב‬
‫באנוץ די‬
‫יאר וועט בעזה"י שטיין צום ַ‬
‫רא ּפ ַארק‪ַ ,‬אז אויך היי ָ‬
‫בא ָ‬
‫ָ‬
‫גאר הערליכע און מהודר'דיגע מצה בעקעריי שע"י קהלתינו הק'‬
‫ָ‬
‫רא ּפ ַארק‪.‬‬
‫בא ָ‬
‫אין ָ‬
‫געווארן‬
‫ָ‬
‫יארן מסודר‬
‫רגאנגענע ָ‬
‫פא ַ‬
‫קאנט איז אין די ַ‬
‫בא ַ‬
‫ווי שוין ַ‬
‫פאר ערב פסח מצות‪,‬‬
‫דורך די הנהלת הקהלה די מצה בעקעריי ַ‬
‫לאץ ַא מקום רחבת ידים‪ ,‬צוגעשטעלט מיט‬
‫גאר הערליכן ּפ ַ‬
‫אין ַא ָ‬
‫נדארט און כשרות‬
‫סטא ַ‬
‫ַ‬
‫באקוועמליכקייטן אויפן העכסטן‬
‫ַאלע ַ‬
‫והידורים כפי תקנת מרן רביה"ק זי"ע‪ ,‬אונטער דער שטרענגער‬
‫השגחה פון הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ דקהילתינו‬
‫און חבר ביד"ץ דקהל יטב לב‪ ,‬וואס שטייט על המושמר ַאז‬
‫זאל זיין על צד היותר טוב בעזהשי"ת‪.‬‬
‫ַאלעס ָ‬
‫רגאנגענעם יאר ווערט די ַארבעט ָאנגעפירט‬
‫פא ַ‬
‫ווי אין דעם ַ‬
‫דורך דעם געניטען ָאנפירער‪ ,‬מו"ה אליעזר פרייזלער ני"ו‪,‬‬
‫וואס פירט ָאן די ַארבעט מיט ַא גרויסע איבערגעגעבנהייט צו‬
‫ָ‬
‫יאר איז אויך‬
‫דער צופרידנהייט פון ַאלע חברי חבורה‪ ,‬און היי ָ‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪4‬‬
‫נאך מער‬
‫מאכן ָ‬
‫פארשידענע תיקונים צו ַ‬
‫געווארן ַ‬
‫ָ‬
‫איינגעשטעלט‬
‫פארן ציבור המשתתפים‪.‬‬
‫באקוועמער ַ‬
‫ַ‬
‫ב"פ‪ ,‬וועט‬
‫ּ‬
‫ווי ס'ווערט איבערגעגעבן פון ָאפיס פון קהל אין‬
‫באשטעלן און ווי אויך ַארויפקומען אין ָאפיס‬
‫מען קענען בעזה"י ַ‬
‫זונטאג‬
‫ָ‬
‫קארטלעך‪ ,‬יום ב'‪ ,‬ג'‪ ,‬ד'‪ ,‬ה'‪ ,‬פרשת צו און‬
‫ָא ּפנעמען די ַ‬
‫מיטאג‪ ,‬מען קען רופן אין‬
‫ָ‬
‫שבוע שחל בו פסח צווישן ‪5:00 - 12:00‬‬
‫ָאפיס פון קהל ‪.718-437-1730‬‬
‫על מצות יאכלוהו‪.‬‬
‫■■■‬
‫נכדו ני"ו בן הרב הגאון רבי אהרן שמואל פאדווא שליט"א מו"ץ‬
‫בקהלתינו ב"פ‪ ,‬און לכבוד די שמחת תנאים בבית חתנו הגה"צ‬
‫דומ"ץ דקהלתינו שליט"א‪ .‬לכבוד די געלעגנהייט האט חתנו‬
‫הגדול הדומ"ץ שליט"א איינגעלאדענט דעם שווער גאב"ד לאנדאן‬
‫שליט"א צו מהנה זיין דעם ריזן ציבור אנ"ש שיחיו ביי סעודה‬
‫שלישית מיט דברי הכנה לחג הפסח הבעל"ט‪ ,‬וואס יעדער האט‬
‫געשלינגען מיט דארשט זיינע ווארעמע דיבורים‪.‬‬
‫לאנדאן‬
‫קרוב צו הונדערט טויזענט דאללער‬
‫קמחא דפסחא ווערט פארטיילט דורך‬
‫די צדקה קאסע "קופת מעיני הישועה"‬
‫אנ"ש תושבי לאנדאן אנטפאנגען‬
‫חשוב'ע שלוחים לטובת קופת קמחא‬
‫דפסחא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א‬
‫קופת צדקה פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א‬
‫הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א‪ ,‬משב"ק‪,‬‬
‫ברענגט ּפערזענליכן מכתב קודש פון כ"ק‬
‫מרן רבינו שליט"א ליסוד קיום וביסוס הקהלה‬
‫אין די פאלגענדע טעג ווערט אונטערגענומען דער יערליכער‬
‫גרויסארטיגער קאמפיין פאר'ן "קופת מעיני הישועה ‪ -‬קמחא‬
‫דפסחא קאמפיין" לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט‪ .‬ווי עס שטעלט‬
‫זיך ארויס ווערט אויסגעטיילט דורכן "קופת מעיני הישועה"‪,‬‬
‫וואס ווערט אנגעפירט פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק‬
‫שליט"א‪ ,‬פארן בעפארשטייענדן יו"ט פסח‪ ,‬די אסטראנאמישע‬
‫סכומים פון קרוב צו הונדערט טויזענט דאללער! וואס דאס‬
‫ברענגט אריין א קוואל פון הילף פאר די משפחות בעת דחקם‪,‬‬
‫ווען זיי פרעגן מאין יבא עזרי‪ ,‬איז די קופה מעיני הישועה‪ ,‬א‬
‫ריכטיגע קוואל פון הילף‪ ,‬און מען איז זיי מהנה מיט הערליכע‬
‫סכומים בדרך כבוד‪ ,‬ובפרט אין די פאר פסח טעג וואס די‬
‫הוצאות זענען געוואלדיג גרויס‪.‬‬
‫פארשטייט זיך אז כדי צו קענען טיילן די ריזיגע סכומים‪,‬‬
‫פארלאנגט זיך דערצו דאס הילף פונעם ציבור אנ"ש תלמידי‬
‫וחסידי סאטמאר שיחיו‪ ,‬דערפאר זענען די עסקנים פונעם‬
‫דיין שליט"א גאר שטארק אקטיוו מיטן צוזאמען נעמען ריזיגע‬
‫סכומים‪ ,‬כדי מען זאל קענען אויסטיילען וואס מער געלט‪ ,‬און‬
‫פאר מערערע משפחות‪ ,‬אז זיי זאלן זיך קענען זעצן צום סדר‬
‫טיש כבני מלכים‪ ,‬בהרחבת הדעת‪ ,‬ובפרט היי יאר וואס דאס‬
‫יקרות איז זייער גרויס‪ ,‬דארף מען צוזאמענשטעלן גרעסערע‬
‫סכומים אז מען זאל קענען אריינברענגען א שמחת יום טוב אין‬
‫די שטובער פון די נצרכים‪.‬‬
‫די פארגאנגענע וואך‬
‫האבן אנשי שלומינו תושבי‬
‫לאנדאן באגריסט בכבוד‬
‫והערצה הני תרי צנתרי‬
‫דדהבא‪ ,‬הרה"ח ר' שמואל‬
‫טייטלבוים שליט"א‪ ,‬משב"ק‬
‫מרן רבינו שליט"א‪ ,‬און‬
‫הרה"ח ר' שלמה יודא‬
‫מאשקאוויטש הי"ו‪ ,‬חבר‬
‫הנהלת המוסדות‪ ,‬וועלכע‬
‫זענען געקומען צו פארן צו‬
‫נדיבים בעם לטובת די קופת‬
‫קמחא דפסחא פון כ"ק מרן‬
‫רבי‬
‫רבינו שליט"א‪ ,‬וואס דער‬
‫הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א‬
‫משב"ק‪ ,‬און הרה"ח ר' שלמה יודא‬
‫שליט"א טיילט אויס שווערע‬
‫מאשקאוויטש הי"ו‪ ,‬ביי כ"ק אדמו"ר‬
‫סכומים פאר נצרכי קהלתינו‬
‫מפשעווארסק שליט"א‬
‫ואנשי שלומינו ערבי פסחים‪.‬‬
‫די חשובע געסט האבן אויך באזוכט ביי די נייע מעכטיגע בנינים‬
‫וואס ווערן אויפגעבויעט פאר'ן בית רחל דסאטמאר‪ ,‬בנשיאות‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬און האלט שוין אט ביים פארענדיגט‬
‫ווערן לשם ולתפארת‪.‬‬
‫עס איז צו האפן אז הנדיבים בעם‪ ,‬וועלן זיך אנרופען מיט‬
‫שיינע סכומים לטובת די חשובע קופת צדקה‪ ,‬מקיים צו זיין‬
‫דערמיט כל דכפין ייתי וייכול‪ ,‬כל דצריך ייתי ויפסח‪.‬‬
‫עקסטער איז דער משב"ק אויפגענומען געווארן בכבוד‬
‫ובהערצה אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א‪,‬‬
‫וועלכער האט זיך יענעם טאג געפונען צוגאסט אין לאנדאן‪,‬‬
‫אין דער אכסני' בבית הרבני הנגיד המפורסם הרה"ח ר' אלי'ש‬
‫ענגלענדער שליט"א‪ ,‬ביי וועלכן דער פשעווארסקער רבי שליט"א‬
‫האט זיך אינטרעסירט און באפוילן איבערצוגעבן א ּפערזענליכן‬
‫גריס לידידו הנאמן כ"ק מרן רבינו שליט"א וברכת חג כשר ושמח‪,‬‬
‫און דערביי צוגעוואונטשן מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת ויקרא ביי סעודה‬
‫שלישית האבן הונדערטער אנ"ש תושבי ב"פ שיחיו געהאט די‬
‫געלעגענהייט צו הערן ווארעמע דברי מוסר והתעוררות פון אן‬
‫אורח גדול ונכבד כ"ק הגאון הגדול גאב"ד לאנדאן שליט"א‪ ,‬וואס‬
‫האט געוויילט דא אין שטאט לרגל השמחה במעונו בנישואי‬
‫דורכאויס דעם קורצן באזוך האבן אנ"ש נדיבי לב תושבי‬
‫לאנדאן‪ ,‬אויסטערליש ווארעם זיך צוגעשטעלט מיט הערליכע‬
‫שטיצע פאר די צדקה קאסע פון כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬און דער‬
‫קורצער באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם און חיזוק‬
‫רב פאר קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן ומוסדותי'‪.‬‬
‫■■■‬
‫ווארעמע שלש סעדות מיט געהויבענעם‬
‫גאסט כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪5‬‬
‫מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת ויקרא‪/‬צו‬
‫מאנטאג ויקהל פקודי‬
‫רבינו שליט"א איז געפארן קיין מאנסי‪ ,‬צו מסדר קידושין זיין ביי‬
‫דער שמחת נישואין פון המחותנים הרה"ח ר‘ מענדל בינער הי"ו און‬
‫הרה"ח ר‘ משה יחזקאל קארפען הי"ו אין זאל פון עטרת חי‘ שרה‬
‫אין מאנסי‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א צוריק געקומען קיין וויליאמסבורג‬
‫וואו רבינו שליט"א האט מסדר קידושין געווען ביי דער שמחת‬
‫נישואין פון המחותנים הרה"ח ר‘ שמעלקא פריעדמאן הי"ו‬
‫און הרה"ח ר‘ חיים לייב סאקס הי"ו אין זאל פון קאנקארד אין‬
‫וויליאמסבורג‪.‬‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געגאנגען זיך משתתף געווען‬
‫ביי דער הלוית המת פון הרה"ח ר‘ אברהם שמחה סאמעט ז"ל‪,‬‬
‫וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו פון א‬
‫שוידערליכן עקסידענט‪ ,‬און א ריזיגער ציבור האט זיך פארזאמלט‬
‫צו באוויינען דעם גרויסן אומגליק‪ ,‬פארנט פון בית המדרש הגדול‬
‫וואו דער חשוב‘ער נפטר האט עוסק געווען בתורה ועבודה‪ ,‬און נאך‬
‫יענעם טאג געדאווענט תפלת שחרית‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען און מלוה געווען דעם‬
‫ארון ביז צו די הייוועי‪.‬‬
‫דינסטאג ויקהל פקודי‬
‫רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען ביי דער שמחת שבע‬
‫ברכות פון המחותנים הרה"ח ר‘ יעקב ברוך טירנויער הי"ו און‬
‫הרה"ח ר‘ חיים אלימלך קאהן‪ ,‬צוליב וואס רבינו שליט"א האט נישט‬
‫געקענט אנקומען צו די סידור קידושין ביי דער חתונה זייענדיג‬
‫אין מאנסי‪ .‬די שבע ברכות איז פארגעקומען בבית מוה"ר ליפא‬
‫טירנויער הי"ו‪ .‬רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים‪ ,‬געזאגט די‬
‫שבע ברכות‪ ,‬און דערנאך געטאנצן מיט‘ן חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען בבגדי שבת ביי דער‬
‫שמחת נישואין בבית מחותנו הגה"צ המפו‘ רבי יקותיאל יהודא‬
‫פילאפף שליט"א‪ ,‬חבר הביד"ץ דקהלתינו הק‘‪ ,‬מיט הרה"ג ר‘ יוסף‬
‫הערש אילאוויטש שליט"א‪ ,‬בן הגה"צ אב"ד יעמערינג שליט"א‪ ,‬אין‬
‫זאל פון פרדס פיגא אין וויליאמסבורג‪.‬‬
‫שפעטער האט רבינו שליט"א זיך משתתף געווען ביי דער‬
‫שמחת שבע ברכות פון המחותנים הרה"ח ר‘ אנטשיל ווייס הי"ו‬
‫און הרה"ח ר‘ אהרן אלעזר אראן הי"ו‪ ,‬צוליב וואס רבינו שליט"א‬
‫האט נישט געקענט אנקומען צו די סידור קידושין ביי דער חתונה‬
‫זייענדיג אין מאנסי‪ .‬רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים‪ ,‬געזאגט‬
‫די שבע ברכות‪ ,‬און דערנאך געטאנצן מיט‘ן חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫זונטאג ויקרא‬
‫רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין בארא פארק מנחם אבל‬
‫זיין ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר צאנז גריבוב שליט"א על פטירת אחיו‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז געזעסן דארט א לענגערע וויילע‪ ,‬און מ‘האט‬
‫דערביי ארומגעשמועסט פון דעם גרויסן אפשטאם פונעם גריבובער‬
‫רבי‘ן שליט"א‪ ,‬ובפרט האט זיך פארצויגן דער שמועס איבער דעם‬
‫הייליגן ראש השושלת מרן הדברי חיים מצאנז זי"ע‪ ,‬שיינע עובדות‬
‫וסיפורים במשנתו הטהורה‪ ,‬און דערנאך האט רבינו שליט"א‬
‫איבערגעלאזט זיינע ווארעמע ברכות‪ ,‬המקום ינחם אתכם בתוך‬
‫אבלי ציון וירושלים ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולם‪.‬‬
‫■‬
‫נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין מאנסי‪ ,‬כדי‬
‫מנחם אבל צו זיין ניחום ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א‪ ,‬על‬
‫פטירת אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ז"ל פון בני ברק‪ .‬דער רבי‬
‫שליט"א איז געזיצן א לענגערע צייט און מנחם געווען דעם‬
‫וויזניצער רבי‘ן שליט"א‪.‬‬
‫■‬
‫צוריקומענדיג קיין וויליאמסבורג האט רבינו שליט"א אנגערופן‬
‫קיין בני ברק מנחם אבל זיין כ"ק האדמורי"ם מויזניץ בני ברק‬
‫שליט"א‪.‬‬
‫מאנטאג ויקרא‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה‪ ,‬און‬
‫נאכ‘ן דאווענען פארהערט לערך ‪ 40‬תלמידים פון די חבורת בבא‬
‫מציעא פון חלק ב‘ אויפ‘ן פרק השואל אין מסכת בבא מציעא‪,‬‬
‫וועלכע האבן זיך אויסגעצייכענט בלימודם‪ ,‬און רבינו שליט"א‬
‫האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש זיי מחזק‬
‫צו זיין זיך צוצופלייסן מיט די לימודים צו קענען פארענדיגן די‬
‫גאנצע מסכתא אויף סוף יאר‪ .‬רבינו שליט"א האט זיך דערביי‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪6‬‬
‫אויסגעדרוקט אז ס‘וועט אים זיין פערזענליך א נחת רוח יעדער‬
‫תלמיד וואס וועט זיך קענען שטעלן על כור המבחן אויף די גאנצע‬
‫מסכתא בבא מציעא‪.‬‬
‫דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויפגעגאנגען מאלן ווייץ און‬
‫ספעציעלן חדר אין ישיבה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט פאר‬
‫טחינת חיטים פאר‘ן רבי‘ןס מצות‪ .‬דער רבי האט א לענגערע צייט‬
‫אליין געמאלן די ווייץ‪ ,‬און דערנאך געגעבן אנווייזונגען פאר די‬
‫תלמידי הישיבה וויאזוי מחמיר צו זיין בחומרות והידורים ביים‬
‫מאלן און זיפן די ווייץ ווי אויך נישט צו רעדן בשעתן מאלן‪ ,‬די‬
‫בחורי חמד גבאים אויף דעם רבינ'ס ווייץ האבן אויפגעשטעלט‬
‫א ספעציעלן מהודרדיגן שטיבל פאר זיפן די מעהל מיט אייגן‬
‫געמאכטן זיפ וואס ווערט געמאכט מיט אסאך הידורים וחומרות‪,‬‬
‫דער רבי איז פארבליבן א גאנצן טאג אין די ישיבה ווי ער איז מזמן‬
‫לזמן אריינגעגאנגען משגיח זיין אויף דאס מאלן די ווייץ און זיפן די‬
‫מעהל‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה אין חדרו הפרטי‬
‫פון רבינו שליט"א אין די ישיבה מיט עסקני ירושלים ובראשם‬
‫הרב ר‘ אברהם סלונים שליט"א און הרב ר‘ זעליג מענדלאוויטש‬
‫שליט"א פון מאנסי וועלכע זענען געקומען איבער וויכטיגע‬
‫עסקנות פאר די מוסדות על טהרת הקודש אין ארץ ישראל‪.‬‬
‫די עסקנים האבן אויך באזוכט דעם היכל הישיבה ווי זיי זענען‬
‫ארויסגעגאנגן פון התפעלות אז די לעצטע וואך פון זמן זאלן זיצן‬
‫קרוב צו טויזענט בחורים מיט אזא התמדה רבה ווי עס וואלט‬
‫געווען די ערשטע וואך פון יאר‪.‬‬
‫■‬
‫מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אסיפה נחוצה‬
‫בביתו נאוה פון רבינו שליט"א מיט די הנהלת הישיבה גדולה בבית‬
‫רבינו‪ ,‬ווי מען האט דורכגערעדט ענינים דחופים פארן קומענדיגן‬
‫זומער זמן‪ ,‬און אויך באטראכטן די פלענער פאר קומענדיגן יאר‬
‫הבעל"ט ווי די בניני המתיבתא זענען צר מהכיל אריינצונעמען‬
‫אזויפיל תלמידים‪.‬‬
‫דינסטאג ויקרא‬
‫דער רבי שליט"א האט געדאווענט אין ישיבה‪ ,‬נאכן דאווענען‬
‫האט דער רבי שליט"א געהאט אן אסיפה מיט די מגידי שיעור‬
‫פון די ישיבה צו באהאנדלען וויכטיגע פרטים איבער די סדרי‬
‫השיעורים בנוגע דעם זמן הקיץ הבא עלינו לטובה‪.‬‬
‫שפעטער איז רבינו שליט"א איז ארויפגעגאנגען אין די כיתה‬
‫מיוחד משגיח זיין טחינת חטים פון די בחורים‪.‬‬
‫דער רבי איז ספעציעל פארבליבן אין די ישיבה א גאנצן טאג ביז‬
‫נאך מנחה כדי מחזק צו זיין די לעצטע טעג פון דעם זמן‪ ,‬אז סזאל‬
‫נישט זיין קיין התרשלות בהתמדה בלימוד‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט מנחם אבל געווען אין בארא פארק ביי‬
‫הרה"ח ר‘ גרשון איידעלשטיין הי"ו ובניו‪ ,‬מאנ"ש בבארא פארק על‬
‫פטירת אשתו ואמם ע"ה‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי‬
‫דער שמחת שבע ברכות ביי אן אייניקל פון הרה"ח הנגיד המפו‘‬
‫מוה"ר הערשל הערבסט הי"ו‪ ,‬מראשי קהלתינו אין בארא פארק‪,‬‬
‫ונדיב היכל בית המדרש הגדול ההולכת וניבנית‪ .‬רבינו שליט"א איז‬
‫מכובד געווארן מיט‘ן זאגן די שבע ברכות און דערנאך געטאנצט‬
‫מיט‘ן חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער‬
‫שמחת בר מצוה פון הבחור היתום דער חתן הבר מצוה‪ ,‬אן אייניקל‬
‫פון הרה"ח ר‘ נתנאל קויפטייל ע"ה‪ ,‬מחשובי העסקנים פון כולל‬
‫שומרי החומות וועלכער איז נפטר געווארן מיט עטליכע וואכן‬
‫צוריק‪ .‬רבינו שליט"א איז געקומען אויף די איינלאדונג פון א א‬
‫פעטער פונעם בר מצוה בחור‪ ,‬הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל קויפטייל‬
‫הי"ו‪ .‬רבינו שליט"א האט גאר ווארים אנגעוואונטשן און מחזק‬
‫געועון דעם בר מצוה בחור‪ ,‬און זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד די‬
‫שמחה‪ ,‬און איבערגעלאזט מברכותיו הטהורות פאר אלע מסובים‪,‬‬
‫און ספעציעל פאר די חשובע אלמנה מרת ברייער שתחי‘‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער‬
‫שמחת שבע ברכות בבית מחותנו הגה"צ רבי זלמן לייב פילאף‬
‫שליט"א אין ספינקא זאל אין וויליאמסבורג‪ .‬רבינו שליט"א איז‬
‫נתכבד געווארן ביותרת הכבוד‪ ,‬געוואונטשן לחיים לכל הנאספים‪,‬‬
‫געזאגט די שבע ברכות און דערנאך געטאנצט מיט‘ן חתן און די‬
‫מחותנים‪.‬‬
‫מיטוואך ויקרא‬
‫דער רבי האט געדאווענט אין ישיבה און געווען אין ישיבה א‬
‫גאנצן טאג ביז נאך תפלת מנחה‪.‬‬
‫אינמיטן טאג זענען אריבערגעקומען א פאליצייאישע‬
‫דעלעגאציע אין די ישיבה זיך אומקוקן אויף די זיכערהייטס‬
‫מאנסאמען‪ .‬אלס שלום המלכות איז די פאליצייאישע דעלעגאציע‬
‫קעפטעין‪ ,‬אריינגעפירט געווארן‬
‫ּ‬
‫אין שפיץ פון דעם הויכראנגיקן‬
‫צום חדר המיוחד פון כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ .‬דער געטרייער‬
‫מענעדזשער מוה"ר אברהם יושע מארקאוויטש הי"ו‪ ,‬האט‬
‫קעפטעין און ארויסגעברענגט אז ער שטייט‬
‫ּ‬
‫פארגעשטעלט דעם‬
‫צו הילף אגאנץ יאר פאר דער ישיבה מיט וואס נאר מעגליך‪ ,‬און‬
‫געבעטן רבינו שליט"א זאל אים אנוואונטשן‪.‬‬
‫עס איז געווען א קידוש ה‘ ווען דער‬
‫קעפטעין האט גענומען‬
‫ּ‬
‫דאס ווארט און אויסגעלויבט דאס איידלקייט און דרך ארץ‬
‫פון די תלמידי הישיבה‪ ,‬זאגנדיג אז ס‘איז א זעלטענהייט אז א‬
‫קאלעדזש מיט אזויפיל בחורים זאל מען קיינמאל נישט ברויכן‬
‫קיין פאליצייאישע אינטערווענץ צוליב פארברעכן וכדו‘‪ ,‬די‬
‫בחורים פירן זיך אלעמאל אויף רעספעקטירנד און סאליד און‬
‫די אדמיניסטראציע קאאפערירט און שטייט אלץ צו הילף מיט‬
‫אלעמען אויפ‘ן שענסטן אופן‪.‬‬
‫דערנאך האט כ"ק מרן רבינו שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן‬
‫ער זאל האבן אסאך סוקסעס אין אלע זיינע אונטערנעמונגען‪ ,‬צו‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪7‬‬
‫העלפן באשיצן די געגענט און די פילע טויזנטער איינוואוינער‪,‬‬
‫דארונטער אויך די ישיבה מיט אירע הונדערטער תלמידים כ"י ‪ -‬א‬
‫ברכה וואס דער קעפטעין האט אויפגענומען זייער גערירט און זיך‬
‫באדאנקט פאר דער צוגעטיילטער כבוד און זכי‘‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט האט זיך רבינו שליט"א משתתף געווען ביי דער‬
‫שמחת נישואין פונעם גר צדק תלמיד ישיבתנו הקדושה החתן‬
‫ראובן יצחק טיללער הי"ו וועלכער איז נתקרב געווארן תחת כנפי‬
‫השכינה און האט זיך אסאך געפינען בחסותם פון הגה"צ אבד"ק‬
‫יאוואזשנא שליט"א און הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א‪,‬‬
‫חבר הביד"ץ‪ ,‬וואס איז פארגעקומען אין זאל פון קאנטינענטאל אין‬
‫וויליאמסבורג‪ ,‬מיט‘ן השתתפות פון א ריזיגן ציבור פון הונדערטער‬
‫אידן וועלכע זענען געקומען משמח זיין חתן וכלה‪ .‬ווען רבינו‬
‫שליט"א איז אנגעקומען האט מען אפגעשטעלט די ריקודים פאר‬
‫א וויילע‪ .‬רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן‬
‫דעם חשוב‘ן חתן מברכותיו הטהורות‪ ,‬אזוי אויך פאר די מחותנים‬
‫מצד החתן הרה"ח ר‘ יושע צבי בראך הי"ו און מצד הכלה הרה"ח‬
‫ר‘ יחזקאל שרגא פייביש קויפמאן הי"ו‪ ,‬און ווי אויך פאר די חשוב‘ע‬
‫אויבנדערמאנטע רבנים שליט"א וועלכע זענען געווען מלובש בבדי‬
‫שבת‪ .‬דערנאך האט רבינו שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע‬
‫ריקודים מיט‘ן חתן‪ ,‬און דערנאך אויך מיט די חשוב‘ע רבנים‬
‫שליט"א‪ ,‬וואס דער גאנצער ציבור האט מיטגעהאלטן מיט גרויס‬
‫התרוממות הנפש‪ ,‬ברינה וצהלה‪ ,‬וינועו אמות האסיפים‪.‬‬
‫דאנערשטאג ויקרא‬
‫רבינו שליט"א איז ארויסגעפארן קיין קרית יואל‪ .‬צום ערשט‬
‫איז דער רבי שליט"א צוגעפארן מנחם אבל זיין ביי משפחת הרה"ח‬
‫ר‘ יודל רייזמאן הי"ו על פטירת אשתו\אמם החשובה ע"ה‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט מנחם געווען די חשוב‘ע קינדער הרה"ח ר‘ חיים‪,‬‬
‫הרה"ח ר‘ מרדכי‪ ,‬הרה"ח ר‘ משה הערש‪ ,‬משב"ק אצל רבינו הגה"ק‬
‫בעל ברך משה זצ"ל‪ ,‬און הרה"ח ר‘ אלי‘‪ .‬רבינו שליט"א האט‬
‫שטארק ארויסגעברענגט די חשיבות פון די משפחה וואס זייער‬
‫שטוב האט געדינט אלס אן אכסני‘ פאר אביו כ"ק מרן רבינו בעל‬
‫ברך משה זי"ע די ערשטע יארן אין אמעריקע‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער מנחם אבל זיין ביי‬
‫הרה"ח ר‘ יחזקאל יואל שטעסיל הי"ו‪ ,‬מגדולי עסקנים ומסדרי‬
‫שיעורים בבית מדרשינו ביהמ"ד ויואל משה בקרית יואל וועלכער‬
‫איז געזעסן שבעה נאך די פלוצלינגדיגע פטירה פון זיין חשוב‘ע‬
‫טאכטער ע"ה‪ .‬רבינו שליט"א האט ווארעם געטרייסט שהמקום‬
‫ינחם אותם בתוך אבלי ציון וירושלים ולא ישמע עוד שוד ושבר‬
‫בגבולם‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א פלוצים‘דיגן באזוך‬
‫צו דער מצה בעקעריי אין קרית יואל‪ ,‬כדי מיטצוהאלטן ּפערזענליך‬
‫פון דערנאנט די העפטיגע עבודת הקודש פון אפיית המצות לצורך‬
‫אלפי בני קהלתינו הק‘ תושבי קרית יואל‪ ,‬וואס גייט אן ב"ה אין‬
‫פולסטן שוואונג לשמחת לב אנשי שלומינו תושבי הקרי‘‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט באלד אנגעהויבן ארומגיין איבער דער‬
‫גאנצער בית האופה צו בעאבאכטן און אבזערווירן אלע טיילן פון‬
‫דער ארבעט‪ .‬הערנדיג אז רבינו שליט"א געפינט זיך אין די בעקעריי‪,‬‬
‫זענען תיכף אריבערגעקומען די חברי הנהלת בית האופה‪ ,‬וועלכע‬
‫האבן זיך מיטבאגלייט מיט‘ן רבי‘ן שליט"א און געגעבן אויספירליכע‬
‫רעפעראטן איבער די עבודת הקודש פון די אפיית המצות וואס‬
‫ווערט ב"ה אויסגעפירט מיט די גרעסטע חומרות והידורים וואס‬
‫זענען איינגעפירט געווארן ע"י כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע‪.‬‬
‫די באזוך האט גענומען א לענגערע וויילע‪ ,‬בעת רבינו שליט"א‬
‫איז אדורך בפרטיות ובדקדוק יעדע איינציגסטע דעטאל און‬
‫שטאפל פון די מערכת אפיית המצות‪ ,‬און דערביי אויך געגעבן‬
‫פארשידענע אנווייזונגען‪ ,‬הוראות והדרכות פאר די חברי הנהלת‬
‫בית האופה וואס אנבאלאנגט די אפיית המצות‪.‬‬
‫נאכ‘ן באזוך האט רבינו שליט"א אויסגעדרוקט קורת רוחו פון‬
‫דעם גאנצן סדר האפי‘ און איבערגעלאזט זיינע ווארימע ברכות‬
‫מ‘זאל האבן הצלחה און סייעתא דשמיא אין דער עבודת הקודש‬
‫צו קענען צושטעלן כשר‘ע מהודר‘דיגע מצות פאר אנשי שלומינו‪,‬‬
‫היראים והחרדים לדבר ה‘‪ ,‬אויפ‘ן יום טוב פסח‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט‪ ,‬נאכ‘ן זיך צוריקקערן למען קדשו אין‬
‫וויליאמסבורג‪ ,‬איז פארגעקומען א גרויסארטיגע אסיפה מיט די‬
‫חברי וועד הכשרות שע"י קהלתינו הק‘ אין וויליאמסבורג און‬
‫קרית יואל‪ ,‬אין שפיץ פון הרבנים הגאונים שליט"א וואס שטייען‬
‫אין שפיץ פונעם ועד‪ ,‬צו באהאנדלען עטליכע וויכטיגע כשרות‬
‫אנגעלעגנהייטן וואס שטייען אויפ‘ן סדר היום‪ ,‬און ווי אויך די‬
‫ספעציעלע פארשטארקטע כשרות מאסנאמען וואס ווערן‬
‫אונטערגענומען ערב דעם חג המצות ביי די מקומות וואס זענען‬
‫אונטער די אויפזיכט און אויטאריטעט פונעם ועד הכשרות‪ .‬די‬
‫חברי הועד האבן פארגעלייגט פאר רבינו שליט"א פארשידענע‬
‫אנפראגעס אויף וואס רבינו שליט"א האט געזאגט חות דעתו און‬
‫אנגעוויזן הדרך ילכו בה‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין‬
‫פלעטבוש מנחם אבל זיין ביי משפחת הרה"ח הנגיד איש החסד‬
‫ר‘ שלמה גראס ע"ה‪ ,‬וועלכער איז פלוצים אוועקגעריסן געווארן‬
‫אין יונגען עלטער איבערלאזנדיג א חשוב'ע שטוב ערשיטערט און‬
‫צעבראכן‪ .‬ר' שלמה ע"ה איז געווען שטארק נאנט צו די גזע פון‬
‫סיגוט‪-‬סאטמאר‪ ,‬און זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון ר‘ ארון‬
‫פון די גרויסע סאטמארער חסידים‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט ארומגעשמועסט פון זיין געוואלדיגע‬
‫אויסטערלישע צדקה וחסד וואס זענען געווען א שם דבר‪ ,‬און פילע‬
‫יחידים און מוסדות האבן גענאסן פון זיין ברייט האנט‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט ווארעם געטרייסט די חשוב‘ע משפחה און‬
‫אנגעוואונטשן שהמקום ינחם אותם בתוך אבלי ציון וירושלים ולא‬
‫ישמע עוד שוד ושבר בגבולם‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪8‬‬
‫ערב שב"ק ויקרא‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין בית המדרש הגדול‪.‬‬
‫בעפאר‘ן דאווענען איז פארגעקומען א הנחת תפילין ביי חתן הבר‬
‫מצוה בן מוה"ר יודל עפשטיין הי"ו‪ ,‬משב"ק אצל כ"ק מרן רבינו‬
‫הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל‪.‬‬
‫שפעטער האט רבינו שליט"א זיך באטייליגט ביי דער לוי‘‬
‫פון הרה"ח ר‘ וואלף גליק ע"ה‪ ,‬מחשובי זקני אנ"ש‪ ,‬וואס איז‬
‫פארגעקומען פארנט פון זיין שטוב אין וויליאמסבורג‪.‬‬
‫שבת קודש ויקרא‬
‫שבת קודש אינדערפרי איז פארגעקומען די שמחות האויפרוף‬
‫פון החתן יודל בן הרה"ח ר‘ משה שמילאוויטש הי"ו‪ ,‬עסקן נמרץ‬
‫לטובת קהלתינו ומוסדותינו הקדושים‪ ,‬עב"ג בת הרה"ח ר‘ מענדל‬
‫מאיר פריעדמאן הי"ו; החתן אהרן מנחם בן הרה"ג ר‘ ישראל ארי‘‬
‫הכהן ראלניצקי שליט"א‪ ,‬מרביץ תורה במוסדותינו הקדושים עב"ג‬
‫בת הרה"ג ר‘ יחזקאל גאלד שליט"א רב דק‘ שערי חסד – מאנסי;‬
‫החתן אברהם יחיאל מרדכי בן הרה"ח ר‘ יעקב דוב אראן הי"ו עב"ג‬
‫בת הרה"ח ר‘ ליפא לעפקאוויטש הי"ו‪.‬‬
‫נאכ‘ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה ביי בן הנולד‬
‫למזל טוב ביי האברך מוה"ר ישעי‘ יעקב בן הרה"ח ר‘ שמואל דוד‬
‫בירנבוים הי"ו‪ .‬רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות‪.‬‬
‫מוצש"ק ויקרא‬
‫מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען גאר א הערליכער מסיבת‬
‫מלוה מלכה פאר העכער ‪ 200‬בחורים‪ ,‬תלמידי הישיבות קטנות‪,‬‬
‫וואס האבן געלערנט שובבי"ם שעות רצופות אין די חבורה וואס‬
‫איז נתייסד געווארן היי יאר דורך כ"ק רבינו שליט"א‪ ,‬און הערנדיג‬
‫איבער די שטארקע הצלחה בעז"ה‪ ,‬האט רבינו שליט"א זעלבסט‬
‫פאררופן די מסיבת מלוה מלכה בביתו נאוה קודש אין ביהמ"ד ברך‬
‫משה‪ ,‬כדי מחזק צו זיין די חשוב‘ע תלמידים הקרויים בנים‪ .‬עס‬
‫האבן זיך באטייליגט אלע חשוב‘ע מנהלים פון די ישיבות קטנות‪ ,‬ווי‬
‫אויך הרה"ג ר‘ יואל שליט"א בן רבינו שליט"א‪ ,‬מנהל החבורה‪.‬‬
‫דער יו"ר המסיבה איז געווען הרה"ג ר‘ יואל ב"ר מרדכי ישעי‘‬
‫יאקאבאוויטש מרמ"י הישיבה; דער נואם הכבוד איז געווען הרה"ג‬
‫ר‘ מנשה מאיער שליט"א‪ ,‬ר"מ נייטרא; און דערנאך האט איינער פון‬
‫די חשב‘ע תלמידי הישיבה דברי חרוזין ע"י אחד מתלמידי הישיבה‪,‬‬
‫וועלכער האט מיט פאסיגע חרוזים ארויסגעברענגט די גרויסע זכי‘‬
‫פון די תלמידים‪ ,‬אז מ‘האט ממלא געווען רצון קדשו פון רבינו‬
‫שליט"א‪ ,‬און בשם כל התלמידים אנגעוואונטשן רבינו שליט"א צו‬
‫קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש בטוב ובנעימים‪.‬‬
‫דערנאך האבן די תלמידים געהאט די זכי‘ צו הערן גאר‬
‫ווארימע דברות קודש וברכה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬דברי‬
‫תורה מתובל מיט מיט ווארעמע דברי חיזוק והתעוררות‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט זיך געוואנדן צו די בחורים ”איך רעד צו ענק ווי איך‬
‫וואלט גערעדט צו מיינע אייגענע קינדער"‪ ,‬און דערביי געבעטן‬
‫מקירות לבו מ‘זאל ווייטער אנהאלטן די תקנה וואס רבינו שליט"א‬
‫האט איינגעפירט אז מ‘זאל לערנען פארן דאווענען און גלייך‬
‫דערנאך זיך שטעלן דאווענען‪ ,‬נישט פארברענגן חלילה מיט קיין‬
‫דברים בטלים‪ ,‬בעפאר מ‘שטעלט זיך דאווענען פאר‘ן מלך שומע‬
‫תפלה‪ .‬דערנאך האט רבינו שליט"א געגעבן א כתב פאר יעדן בחור‬
‫וואס האט געלערענט‪ ,‬אונטערגעשריבן בחתי"ק‪ ,‬און יעדער בחור‬
‫האט באקומען א הערליכע מתנה‪ :‬זמירות עיר התמרים‪ ,‬אלס אות‬
‫זכרון פון דער הערליכער מסיבה בבית כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬פון‬
‫וואס זיי האבן געשעפט פיל חיזוק און התרוממות הנפש‪.‬‬
‫■‬
‫שפעטער אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין‬
‫בארא פארק מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר‘ משה ארי‘ הארטמאן‬
‫הי"ו מחשובי אנ"ש בבארא פארק‪ ,‬על פטירת אשתו ע"ה‪.‬‬
‫זונטאג צו‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד‬
‫הגדול‪ .‬פאר‘ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר חתן הבר‬
‫מצוה‪ ,‬בן הרה"ח ר‘ אלחנן וואלף קלאגסבאלד הי"ו‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צום ביהמ"ד‬
‫בית יעקב נחמי‘ דקיט"ל מוירטל צו די מסיבת לחיים ומעמד‬
‫קביעת מזוזות צו די ‪ 2‬נייע שטיבלעך לתורה ותפלה וואס זענען‬
‫אויפגעבויעט געווארן ע"י האחים הנדיבים הרה"ח ר‘ דוד לייבוש‬
‫און הרה"ח ר‘ אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו‪) .‬זע אויספירליכע‬
‫באריכט ביי די קהל‘ישע נייעסן(‬
‫■‬
‫שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה מיט‬
‫די חברי הנהלת המקווה טהרה פון קהל יטב לב סאטמאר בארא‬
‫פארק‪ ,‬וואס ווערט אויפגעבויעט מיט די שענסטע הידורים והוראות‬
‫וואס מיר האבן מקבל געווען פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע‪ .‬עס האבן‬
‫זיך באטייליגט הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הקדושה אים בארא פארק‬
‫שליט"א‪ ,‬זיין ברודער הרה"ג ר‘ שלום עליעזר שליט"א‪ .‬די חברי‬
‫הוועד‪ :‬הרה"ג ר‘ יעקב גאלד שליט"א רב הצעיר דק"ק קראלי בארא‬
‫פארק‪ ,‬הרה"ר‘ יעקב יודא קאהן הי"ו‪ ,‬הרה"ח ר‘ שלמה שווימער‬
‫הי"ו‪ ,‬הרה"ח ר‘ משה גוטמאן הי"ו‪ ,‬און אויך די אברכים עסקנים‬
‫וואס פירן אן מיט אלע פארמאליטעטן פון בויען די בנין‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט געגעבן חות דעתו אויף די פילע הלכה‘דיגע און‬
‫פראקטישע אנגעלעגנהייטן וואס שטייען אויפ‘ן סדר היום ביי דער‬
‫בניית המקוה‪.‬‬
‫■‬
‫שפעטער איז אריבערגעקומען הרה"ג ר‘ אפרים גראס שליט"א‬
‫בן הרה"ח ר‘ משה גראס ע"ה‪ .‬מו"ץ ומגיד שיעור בבית מדרשינו‬
‫בלאנדאן וואס האט דורכגערעדט מיטן רבי‘ן א לענגערער זמן‬
‫עטליכע אקטועלע עניני הקהלה והמוסדות בעיר לאנדאן יצ"ו‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן בבגדי‬
‫שבת ביי דער שמחת החתונה בן גיסו הרה"ג ר‘ הערשל שפיץ‬
‫שליט"א עב"ג הרה"ג ר‘ אהרן שמואל פאדווא שליט"א‪ ,‬מו"ץ‬
‫בקהלתינו בארא פארק‪ ,‬וואו רבינו שליט"א איז מכובד געווארן ביי‬
‫דער חופה מיט ברכה אחריתא‪ ,‬און שפעטער געטאנצט מצוה טאנץ‬
‫לפני הכלה‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪9‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫ברכת מזלא טבא‪ ,‬מעמקי דלבבא‪ ,‬לידידינו היקרים‪ ,‬אנ"ש הנכבדים‪,‬‬
‫מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים‪ ,‬שמם הטוב מפוארים‬
‫לרגל שהשמחה במעונם‬
‫ביהמ"ד הגדול‬
‫• מו"ה משה יואל פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אביגדור קארנבלי הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל גרין הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה דוד גרין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה ישעי‘ וויינשטאק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה משה זילבערשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה זלמן לייב פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה וואלף דייטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה משה שמילאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מענדל מאיר פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה הענדלער הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל ארי‘ ראלניצקי הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב דוב אראן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף עזרא אראן הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ברוך יודא לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים יושע לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה ליפא לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יושע וואלף יאקאבאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם יושע וואלדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישעי‘ קרויס הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ליפא שטרויס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה נתן אליעזר שטרויס הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם וואלדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדות התאומים למז"ט‬
‫קיט"ל אברכים זופניק‬
‫• מו"ה יצחק יודא וויינגארטן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה יואל פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים נחום קאהן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל גרין הי"ו‬
‫לרגל הולודת בנו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים משה בראדי הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל טרופ עוו‪.‬‬
‫• מו"ה יודא פרץ שאלאמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫קיט"ל מורטול עוו‪.‬‬
‫בית יעקב נחמי‘‬
‫• מו"ה משה אהרן קארפען הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה ליפא מייזעלס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף לעבאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק יודא וויינגארטען הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה ליפא לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה צדוק פארקאש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישעי משה בערקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות התאומות למז"ט‬
‫• מו"ה לוי חיים ברייער הי"ו‬
‫לרגל הולדת התאומות למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם זאב גליק הי"ו‬
‫לרגל הולדת נכדות התאומות למז"ט‬
‫קיט"ל בארא פארק‬
‫• הגה"צ דומ"ץ שליט"א‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• הרב אהרן שמואל פאדווא שליט"א|‬
‫מו"ץ בקהלתינו ‪ -‬לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל מרדכי לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה נחמן מאשקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫קיט"ל קרית יואל‬
‫• מו"ה שמואל אהרן לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף גאלדבערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה אביגדור יודא האלפערט הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה דוד ירמי‘ ברייער הי"ו‬
‫לרגל הולדות הנכדים למז"ט‬
‫• מו"ה חיים דוד מענדלאוויטש הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל דוד בירנבוים הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו ולהולדות נכדו למז"ט‬
‫צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ‪-‬פאסט שיקט אן אימעיל צו‪[email protected] :‬‬
‫‪SFI‬‬
‫‪A Fully vertical approach to trade finance‬‬
‫‪[email protected]‬‬
‫‪Sponsored By:‬‬
‫‪Project: YF MARKETING | 718.514.6717‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪10‬‬