1» » בתוככי הקהלה

Transcription

1» » בתוככי הקהלה
‫בס"ד‬
‫נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה‬
‫אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר"‬
‫ריזיגער ציבור באטייליגט ביי‬
‫'מעמד קבלת פנים' לכבוד גדולי רבני‬
‫ועסקני יהדות הצרופה ארצינו הק'‬
‫פילע הונדערטער אנשי שלומינו האבן דעם פארגאנגענעם‬
‫זונטאג אווענט איבערגעפולט דאס בית המדרש הגדול דקהלתנו‬
‫דעלעגאציע‬
‫ַ‬
‫הק'‪ ,‬און מיט יראת הכבוד אנטפאנגען די חשוב'ע‬
‫פון גדולי הרבנים שליט"א פון ארץ ישראל‪ ,‬וועלכע זענען געקומען‬
‫רפאלגטע‬
‫פא ָ‬
‫פאר די טויזנט ַ‬
‫בשליחות מצוה צום מגבית הצלה ַ‬
‫וואס די‬
‫מאמענטן‪ ,‬נאך ָ‬
‫ָ‬
‫וואס גייען דורך שווערע‬
‫משפחות ָ‬
‫האט מיט גרויס רשעות און ָאן קיין שום‬
‫ציוניסטישע ממשלה ָ‬
‫געשפ ַארט דעם נעץ פון כוללים "בני ירושלים" אין‬
‫ּ‬
‫סיבה ָא ּפ‬
‫ירושלים און אין בית שמש‪ ,‬וואו עס לערנען לערך דריי הונדערט‬
‫האבן זיי‬
‫יונגעלייט‪ ,‬מבני ציון היקרים המסולאים בפז‪ַ .‬אזוי אויך ָ‬
‫האבן‬
‫געשפ ַארט דעם "ועד למשפחות במצוקה" פון וועלכע עס ָ‬
‫ּ‬
‫ָא ּפ‬
‫נהנה געווען זיבן הונדערט משפחות בלע"ה‪ ,‬פארבלייבנדיג בלי‬
‫משען ומשענה‪.‬‬
‫עס זענען געקומען צו פארן די חשוב'ע רבנים‪ ,‬ראשי הכולל‬
‫פון די פינף סניפים פון דעם כולל "בני‬
‫ירושלים"‪ ,‬אין ירושלים און אין‬
‫בית שמש‪ ,‬הרה"ג רבי שמואל‬
‫ָ‬
‫ברא‬
‫ַ‬
‫נדסדארפער שליט"א‪ ,‬מורה‬
‫צדק העדה החרדית קרית‬
‫נחלה ומנוחה בית שמש‪ ,‬ראש‬
‫הכולל בני ירושלים אין קרית‬
‫רמ"א בית שמש‪ ,‬הרה"ג רבי יודא‬
‫לייב סאבאוויטש שליט"א‪ ,‬מו"צ‬
‫העדה החרדית בקנה בושם וראש‬
‫הכולל בני ירושלים בקנה בושם‪,‬‬
‫ראטשילד‬
‫הרה"ג רבי דוד מנשה ָ‬
‫שליט"א‪ ,‬יו"ר הנהלת העדה‬
‫החרדית‪ ,‬וראש הכולל בני ירושלים‬
‫מאנטאג ויקה"פ | תשע"ב‬
‫‪15‬‬
‫האלץ‬
‫קלא ּפ ָ‬
‫ַ‬
‫בביהמ"ד בית ברוך ירושלים‪ ,‬הרה"ג רבי שמעון‬
‫שליט"א‪ ,‬ראש הכולל בני ירושלים בבית המדרש אנשי ירושלים‪,‬‬
‫ירושלים‪) .‬הרה"ג רבי מאיר העללער שליט"א רב דקהל קרית‬
‫חסידים וראש הכולל בני ירושלים‪ ,‬וועלכער האט געזאלט קומען‬
‫זיך באטייליגן‪ ,‬האט נישט געקענט אנקומען אין דער לעצטער‬
‫מינוט צוליב א געזונטהייטס קאמפליקאציע‪ ,‬לרפו"ש(‬
‫א ריזיגער ציבור אנ"ש איז זיך צונויפגעקומען אפצוגעבן דעם‬
‫ריכטיגן כבוד התורה‪ ,‬בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ .‬הרה"ח ר'‬
‫מאיר שניצלער הי"ו גבאי דקהלתינו איז געווען יושב ראש; דערנאך‬
‫האט מען געהערט ווארעמע דרשות פון הגה"צ אבד"ק יאוואזשנע‬
‫שליט"א; הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער שליט"א מורה צדק‬
‫העדה החרדית קרית נחלה ומנוחה בית שמש; דורך טעלעפאנישע‬
‫פארבינדונג פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און הגאון הגדול‬
‫רבי דוד שמידל שליט"א; דערנאך האט מען געהערט א פלאם‪-‬‬
‫פייערדיגע דרשה פון הרה"ג ר' חיים יוסף גאטליעב שליט"א‪ ,‬וואס‬
‫כולם כאחד האבן ארויסגעברענגט דעם הייסן פליכט אויפ'ן יהדות‬
‫הגולה אנטקעגן צוקומען די אחינו בני ישראל הנתונים בצרה‬
‫ובמצוקה‪ ,‬מיט גרויסע סכומים‪ ,‬כדי זיי זאלן זיך קענען דערהאלטן‬
‫אין די שטורמישע פגעי הזמן‪ .‬באלד נאכ'ן מעמד זענען געזעסן די‬
‫עסקנים ביי אלע ווינקלען פון ביהמ"ד הגדול‪ ,‬און דער ציבור האט‬
‫זיך אנגערופן גאר ווארעם‪.‬‬
‫■■■‬
‫הערליכע 'סיום מסכת יבמות'‬
‫ביי וועכענטליכע מלוה מלכה‬
‫אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב‬
‫באשיינט דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬
‫ַ‬
‫רגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת‬
‫פא ַ‬
‫וויליאמסבורג‪ַ - .‬‬
‫ַ‬
‫געווארן ַא סיום אויף מסכת יבמות‬
‫ָ‬
‫ראוועט‬
‫געפ ַ‬
‫ּ‬
‫תצוה‪-‬זכור איז‬
‫רוואס געענדיגט לערנען ברבים ביי צוויי טעגליכע‬
‫נא ָ‬
‫מ'האט ָ‬
‫ָ‬
‫וואס‬
‫ָ‬
‫פארזעצונג אויף זייט ‪3‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪1‬‬
‫שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה‪:‬‬
‫ראכטפולע חדרים לתורה ולתפלה‬
‫צוויי ּפ ַ‬
‫באנייעט געווארן אין ביהמ"ד בית יעקב נחמי' דקיט"ל מוירטל‬
‫נייע שטיבלעך באנייעט ברוב פארגאנגענעם יו"ט פורים צוליב אומגעהויערן פארלאנג פון נאכאנאנדן ריבוי הגבולים‬
‫במתפללים כ"י • פייערליכער חנוכת הבית ווערט געפלאנט אויפ'ן קומענדיגן ר"ח ניסן הבעל"ט • כן ירבה וכן יפרוץ!‬
‫די הונדערטער מתפללים פון בית המדרש בית יעקב נחמי' דקיט"ל‬
‫אויף מוירטל עוועניו‪ ,‬האבן דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים געמאכט‬
‫א דאפלטן ברכת שהחיינו‪ ,‬האבנדיג די זכי' אין דעם טאג צו באנייען‬
‫די צוויי שפאגל‪-‬נייע פרעכטיג שיינע 'שטיבלעך' לתורה ולתפלה‪,‬‬
‫וואס מ'האט נארוואס געענדיגט אויפצובויען; ‪ 2‬פולקאמע בתי מקדש‬
‫מעט‪ ,‬אויסגעבויעט מיט'ן שענסטן פראכט און איינגערישט מיט די‬
‫באקוועמסטע איינריכטונגען‪ ,‬מ'זאל קענען דערין דאווענען און לערנען‬
‫מיט הרחבת הדעת אין אלע שעה'ן פון טאג‪ ,‬און אינאיינעם מיט די‬
‫ביז‪-‬איצטיגע שטיבלעך אקאמאדירן אזויפיל ווי ‪6‬‬
‫מנינים שחרית יעדע שטונדע!‬
‫באריכטעט אנהויב יאר‪ ,‬איז אונטערגענומען‬
‫ווי ַ‬
‫געווארן א גרויסארטיגער הרחבת גבולי הקדושה‬
‫פראיעקט ביים בארימטן בית המדרש 'בית יעקב‬
‫נחמי' דקיט"ל מוירטל'‪ ,‬די באזע פון קהלתינו הק'‬
‫אין ניי‪-‬וויליאמסבורג‪ ,‬וואס איז שוין בליעה"ר‬
‫אויסגעוואקסן דעם גרויסן געברויך און ברייטן‬
‫באנוץ פון די טויזנטער אנ"ש תושבי השכונה‬
‫בליעה"ר‪ ,‬וועלכע זענען זיך קובע מקום לתפלתם‬
‫דוקא אין בתי מדרשינו‪ ,‬אין אן ערליכע אפגעהיטענע סביבה פון אנשי‬
‫שלומינו חברי הקהלה‪ ,‬אחים לדעה‪ .‬איבערהויפט האט זיך געהערט א‬
‫שטארקער געברויך פאר פרישע שטיבלעך וואו עס זאלן זיך קענען‬
‫שטעלן כסדר מנינים שחרית‪ ,‬מנחה‪ ,‬מעריב‪ ,‬איינס נאך דער אנדערער‪.‬‬
‫די ‪ 2‬לעגענדארע בונים ומקימים עולמות של תורה ויראה לבית‬
‫באוויטש‪ ,‬הרבני הנגיד מו"ה דוד לייבוש הי"ו ואחיו הרבני הנגיד‬
‫קא ָ‬
‫יא ָ‬
‫ָ‬
‫האבן מנדב‬
‫מו"ה אברהם בער הי"ו‪ ,‬חבר ועד הפועל דקהלתינו‪ ,‬וועלכע ָ‬
‫פאטער הרה"ח ר' יעקב‬
‫אומפארגעסליכן ָ‬
‫ַ‬
‫געווען דעם ביהמ"ד לע"נ זייער‬
‫נחמי' ז"ל‪ ,‬זעענדיג דעם נחיצות הדבר‪ ,‬זענען דא ווידעראמאל אנטקעגן‬
‫געקומען בחפץ לבם וברוחם הנדיבה מיט א פרישע אסטראנאמישע נדבה‬
‫הגונה ועצומה‪ ,‬צו קענען צונעמען דעם פרישן דערנעבנדן שטח און‬
‫פארברייטערן די גבולי הקדושה מיט עטליכע פרישע הערליכע‬
‫דערמיט ַ‬
‫שטיבלעך לתורה ולתפלה‪ ,‬בתכלית החן והיופי‪ .‬אומר ועושה‪ ,‬האבן זיי‬
‫זיך באלד אריינגעווארפן אין די פארצווייגטע בוי‪-‬ארבעט‪ ,‬און די צוויי‬
‫חשוב'ע ברידער שיחיו האבן אנגעפירט און אליינס געשטאנען אין שפיץ‬
‫פונעם גאנצן פראיעקט ביז די קלענסטע איינצלהייטן‪.‬‬
‫דעם פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט‪ ,‬האט מען שוין ב"ה געקענט‬
‫גליקליכערהייט באנייען די צוויי נייע שטיבלעך‪ ,‬צום רוחניות'דיגן פרייד‬
‫פון אלע מתפללים ובאי בית ה'‪ .‬די יום טוב'דיגע תפלות וקריאת המגילה‬
‫זענען אפגעראכטן געווארן אונטער א ספעציעלער‬
‫שמחה'דיגער און יום טוב'דיגער אטמאספערע‬
‫צווישן אלע מתפללים‪ ,‬געניסנדיג פון די ניי‪-‬‬
‫דערגרייכטע הרחבת הדעת‪ .‬שוין אינעם ערשטן‬
‫טאג וואס די שטיבלעך זענען געווען אין באנוץ‬
‫האט זיך ארויסגעשטעלט דאס געוואלדיגע נוצן‬
‫וואס דאס ברענגט פארן ביהמ"ד‪ ,‬ווען עס האבן זיך‬
‫געהאלטן אין איין שטעלן פרישע מנינים שחרית‬
‫וקריאת המגילה נאכאנאנד‪ ,‬געניסנדיג פון דאס‬
‫גרויסקייט‪ ,‬ליכטיגקייט און שיינקייט‪ ,‬כראוי וכיאות‬
‫לכבודה של האי בית מקדש מעט ולתפארת קהלתינו הק'‪.‬‬
‫אין די קומענדיגע וואכן גייט העפטיג אן די ארבעט צו פולקאם‬
‫ערגענצן די צוויי הערליכע שטיבלעך‪ ,‬און ווי די עסקני בית המדרש געבן‬
‫איבער‪ ,‬ווערט געפלאנט א גרויסארטיגער פייערליכער מעמד 'קביעת‬
‫מזוזות' אויף דעם קומענדיגן ר"ח ניסן הבעל"ט‪ ,‬ווען אלע מתפללים‬
‫וועלן זיך אי"ה צונויפקומען אינאיינעם מיט גרויס שמחה במזמור שיר‬
‫חנוכת הבית‪ ,‬ובראשם וועט אי"ה באשיינען כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו‬
‫שליט"א‪ ,‬וואס וועט דערביי קובע זיין די מזוזות ביי די שערים המצוינים‬
‫פון די נייע בתי מקדש מעט ‪ -‬די פרטים פונעם גרויסן מעמד וועלן אי"ה‬
‫נאכפאלגן‪.‬‬
‫כי עתה הרחיב לנו ופרינו!‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪2‬‬
‫טאג דעם "חזרת‬
‫שיעורים אין ביהמ"ד הגדול‪ ,‬וואו מ'לערנט יעדן ָ‬
‫וואס איז איינגעפירט דורך "ישראל ואורייתא"‪.‬‬
‫החודש" לויט'ן סדר ָ‬
‫איינס ביים שיעור פון הרה"ח מוה"ר אהרן צבי פריינד הי"ו חבר‬
‫וועד הפועל פון ישיבתינו הק'‪ ,‬און איינס ביים שיעור פון הר"ר ישעי'‬
‫יעקב בירנבוים הי"ו מחשובי אברכי הקהילה‪.‬‬
‫די סעודה איז ווי ַאלע ָ‬
‫וואכן געווען צוגעגרייט כיד המלך‪ ,‬אויף‬
‫פארנעם‪ ,‬דורך הרה"ח בנש"ק מוה"ר יעקב שמשון‬
‫גאר ַא רייכן ַ‬
‫ָ‬
‫האט נהנה געווען פון דער סעודתא דדוד‬
‫גאלד הי"ו‪ .‬דער עולם ָ‬
‫ָ‬
‫עמפאנגען‬
‫ַ‬
‫האט מען‬
‫מלכא משיחא‪ ,‬מיט'ן ּפ ַאסיגן יראת הכבוד ָ‬
‫באשיינען די מסיבת‬
‫וואס איז געקומען ַ‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א ָ‬
‫נאכ'ן זינגען די זמירות למוצאי‬
‫סיום און חולק זיין כבוד לתורה‪ָ .‬‬
‫האט צום ערשט אויפגעטרעטן מיט ַא דרשה הרה"ח‬
‫שבת קודש ָ‬
‫פאטער פונעם מסיים האברך‬
‫מוה"ר שמואל דוד בירנבוים הי"ו‪ָ ,‬‬
‫האט הרה"ח מוה"ר אהרן הערש‬
‫דערנאך ָ‬
‫ָ‬
‫מוה"ר ישעי' יעקב הי"ו‪,‬‬
‫נאכדעם‬
‫געזאגט דעם הדרן‪ ,‬און ָ‬
‫ָ‬
‫געמאכט דעם סיום‪,‬‬
‫ַ‬
‫פריינד הי"ו‬
‫נאכדעם‬
‫דאס חשיבות פון לימוד התורה און חזרה‪ָ .‬‬
‫ַארומגערעדט ָ‬
‫האט אויפגעטרעטן דער וועכנטליכער בעל מספר פון די סיפורי‬
‫ָ‬
‫וויינשטאק שליט"א‪ ,‬און‬
‫ָ‬
‫צדיקים‪ ,‬הרב החסיד רבי יוסף הערש‬
‫דערנאך האט דער ַ‬
‫גאנצער ציבור זיך צוגעהערט מיט ַא יראת‬
‫הכבוד צו די קורצע דברי ברכה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א לרגל‬
‫ווארעם ָאנגעוואונטשן די ביידע מסיימים להגדיל‬
‫המסיבה‪ ,‬און ַ‬
‫תורה ולהאדירה‪.‬‬
‫ָ‬
‫מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד‬
‫געווארן הרה"ח מוה"ר‬
‫קאסטן‬
‫האט מנדב געווען ַא טייל פון די ָ‬
‫וואס ָ‬
‫שווארץ הי"ו‪ָ ,‬‬
‫ַ‬
‫בנציון‬
‫פון דער מלוה מלכה‪ ,‬לע"נ אביו הרבני החסיד מוה"ר שלום‬
‫אויסגעפאלן דעם‬
‫ַ‬
‫יארצייט איז‬
‫וואס זיין ָ‬
‫יחזקאל ב"ר יושע ז"ל‪ָ ,‬‬
‫האט זיך דער עולם‬
‫זונטאג כי תשא‪ .‬אין ַא געהויבענער שטימונג ָ‬
‫ָ‬
‫אויפגעהויבן פון דער גייסטרייכער סעודת מלוה מלכה ומסיבת‬
‫וואס איז געווען ַא ריכטיגע שעה פון תענוג וקורת רוח‪ ,‬פון‬
‫סיום ָ‬
‫הערן דברי תורה וחיזוק וסיפורי צדיקים‪.‬‬
‫יגדיל תורה ויאדיר‪.‬‬
‫■■■‬
‫געהויבענע מסיבת מלוה מלכה און סיום‬
‫פאר ‪ 1200‬ילדי תשב"ר פון חברת‬
‫תהלים ַ‬
‫טמאר‬
‫דסא ַ‬
‫תהלים דקהל יטב לב ַ‬
‫ַא הערליכער מסיבת סיום תהלים וסעודת מלוה מלכה איז‬
‫רגאנגענעם מוצאי שב"ק פרשת תצוה‪ ,‬דורך‬
‫פא ַ‬
‫פארגעקומען ַ‬
‫ָ‬
‫פאר די איבער ‪1200‬‬
‫טמאר ַ‬
‫דסא ַ‬
‫ַ‬
‫חברת תהלים שע"י קהל יטב לב‬
‫באטייליגן זיך וועכנטליך‬
‫תינוקות של בית רבן בליעה"ר כ"י‪ ,‬וועלכע ַ‬
‫יעדן שב"ק צופרי מידי שבת בשבתו אין דער חברת תהלים אין די‬
‫טמארער בית‬
‫סא ַ‬
‫וויליאמסבורג‪ .‬אין יעדן ַ‬
‫ַ‬
‫בתי מדרשים דקיט"ל אין‬
‫דא ַא "חברת תהלים"‪ ,‬וואו הונדערטער תשב"ר קומען‬
‫המדרש איז ָ‬
‫זאגן די פסוקי תהלים בהבל פיהם‬
‫צוזאם מדי שבת בשבתו צו ָ‬
‫ַ‬
‫זיך‬
‫של תינוקות של בית רבן שאין בהם חטא‪.‬‬
‫זאלן פון עטרת אברהם‪,‬‬
‫פארגעקומען אין די ַ‬
‫די מסיבה איז ָ‬
‫צוגעשטעלט בנדבת לבו הטוב פון הרבני הנגיד ר' ישראל יעקב‬
‫הירש הי"ו‪ ,‬חבר וועד הפועל פון ביהמ"ד הגדול‪ ,‬לע"נ אביו מרביץ‬
‫תורה לעדרים רבות בשנים הרה"ח ר' אברהם אבא ב"ר מנחם‬
‫זאב ז"ל‪ ,‬מחשובי מתפללי ולומדי ביהמ"ד הגדול‪ .‬די מסיבה איז‬
‫געווארן דורך האברך ר' ישראל ארי' מרגליות שליט"א‬
‫ָ‬
‫געעפנט‬
‫מלמד תשב"ר אין די מוסדות הק' ‪ -‬וועלכער פירט ָאן די חברת‬
‫האט‬
‫תהלים אין בית המדרש דקהל יטב לב קליימער סט; אויך ָ‬
‫וואס רייסן זיך ַאוועק יעדן‬
‫פאר די עסקנים ָ‬
‫דאנקט ַ‬
‫בא ַ‬
‫ער זיך ַ‬
‫גאבטער מנהל‬
‫בא ַ‬
‫שבת קודש פאר חברת תהלים‪ ,‬ובראשם דער ַ‬
‫וואס גיט זיך ַאוועק בלב ונפש‬
‫זופניק הי"ו ָ‬
‫האברך היקר ר' יואל ּ‬
‫מאכן שלא יבוטל‬
‫יאר‪ ,‬יום ולילה לא ישבות‪ ,‬זיכער צו ַ‬
‫גאנץ ָ‬
‫ַא ַ‬
‫האט דער חשוב'ער מנהל פון מעמד חברת‬
‫דערנאך ָ‬
‫ָ‬
‫התמיד‪.‬‬
‫תהלים ביום הפורים‪ ,‬הר"ר יואל בר"ק טייטלבוים שליט"א‪,‬‬
‫וועלכער פירט ַא ַ‬
‫יאר ָאן די חברת תהלים אין ביהמ"ד‬
‫גאנץ ָ‬
‫פאר די צאן קדשים‪.‬‬
‫גארדנס‪ ,‬אויפגעטרעטן מיט ַא דרשה ַ‬
‫ליע ַ‬
‫אינטערעסאנטע מעשה איבער‬
‫ַ‬
‫האבן די קינדער געהערט ַאן‬
‫אויך ָ‬
‫סאקס הי"ו‪.‬‬
‫דער גרויסקייט פון תהלים‪ ,‬פון הרה"ח מוה"ר ישעי' ַ‬
‫און דערנאך האבן עטליכע באגאבטע אברכי אנ"ש הערליך‬
‫אויסגעשפילט ַא תוכנ'דיגן סיפור פונעם הייליגען תוספות יו"ט זי"ע‪,‬‬
‫ּ‬
‫פארנעם‬
‫ַארויסברענגענדיג דעם גרויסן כח פון תהלים‪ ,‬אויף ַא ַ‬
‫מיטהאלטן‪ ,‬און‬
‫ַ‬
‫פארשטיין און‬
‫דאס ַ‬
‫זאלן ָ‬
‫אז די יונגע קינדער ָ‬
‫ַארויסנעמען דערפון ַא לעבעדיגן מוסר השכל‪ .‬און דערנאך זענען‬
‫פאר די קינדער שיחיו‪.‬‬
‫פארגעקומען הערליכע גורלות ַ‬
‫געוואלדיגן סיפוק‬
‫ַ‬
‫צוגאנגען מיט ַא‬
‫ַ‬
‫די קינדערלעך זענען זיך‬
‫נצוהאלֹטן דעם גוטן‬
‫ַ‬
‫שטארקע קבלה ווייטער ָא‬
‫ַ‬
‫הנפש און מיט ַא‬
‫מנהג אויפצושטיין יעדן שב"ק צופרי זאגן תהלים‪ ,‬און נישט צו‬
‫וואך‪ ,‬און דערמיט ָ‬
‫רפ ַאסן אפילו איין ָ‬
‫פא ּ‬
‫ַ‬
‫זאל מען ּפועל'ן ישועות‬
‫גאנץ כלל ישראל‪ .‬זכות דוד המלך יגן‬
‫פאר ַ‬
‫ורפואות פאר זיך און ַ‬
‫בעדם בכל משאלות לבם‪.‬‬
‫לשיר בקול נעים גילת ורנן‪ ,‬הוד והדר בבית אלוקינו!‬
‫■■■‬
‫בארא פארק‬
‫הערליכער שידוך געשלאסן געווארן‬
‫בבית הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו בארא‬
‫פארק שליט"א‬
‫אנשי שלומינו חברי קהלתינו תושבי בארא פארק‪ ,‬האבן דעם‬
‫מאנטאג זיך אפגעגעבן מזל טוב לכבוד דער געהויבענער שמחה‬
‫הרוממה‪ ,‬מיט'ן שמחת קישור החיתון בבית הגה"צ רבי חיים דוד‬
‫כ"ץ שליט"א‪ ,‬דומ"ץ סאטמאר בארא פארק וחבר הביד"ץ דקהל‬
‫יטב לב‪ ,‬וועלכער שטייט אין שפיץ פון די קהלה קדושה און די‬
‫הונדערטער חברי הקהלה זענען צוגעבונדן צו אים בעבותות אהבה‬
‫והערצה‪.‬‬
‫הגה"צ דער דיין שליט"א האט אריינגעברענגט בברית האירוסין‬
‫בתו הכלה הצנוה"ח שתחי' עב"ג הבחור החתן המצויין חריף‬
‫ובקי הרב שמעון טירנויער‪ ,‬בן הרה"ג רבי ישכר בעריש טירנויער‬
‫שליט"א‪ ,‬רב דביהמ"ד תורת משה אין וויליאמסבורג‪ ,‬זון פון הגה"צ‬
‫המפורסם מעמודי הוראה רבי משה מנחם טירנויער שליט"א‬
‫דומ"ץ סאטמאר מאנטרעאל שליט"א‪ - .‬די בשורה טובה ומרנינה‬
‫איבער דעם הערליכן שידוך‪ ,‬ענבי הגפן בענבי הגפן‪ ,‬האט ווי‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪3‬‬
‫געזאגט ארויסגערופן אן אויסערגעווענליכע שמחה צווישן אנ"ש‬
‫תלמידי וחסידי סאטמאר‪ ,‬און יעדער ווינטשט מקרב הלב עס זאל‬
‫זיין בעז"ה א דבר נאה ומתקבל‪.‬‬
‫■■■‬
‫קרית יואל‬
‫מצה בעקעריי דקהל יטב לב דסאטמאר‬
‫בקרית יואל אין פולסטן שוואונג לקראת‬
‫חג המצות הבעל"ט‬
‫קרית יואל‪ - .‬מיט‬
‫איז‬
‫פרייד‬
‫גרויס‬
‫שלומינו‬
‫אנשי‬
‫ביי‬
‫געווארן‬
‫אויפגענומען‬
‫די בשורה טובה ַאז‬
‫פארגאנגענעם‬
‫דעם‬
‫דינסטאג פ' תצוה איז‬
‫ָ‬
‫געווארן די‬
‫ָ‬
‫דערעפנט‬
‫מצה בעקעריי בבית‬
‫האופה דקהל יטב לב‬
‫בקרית‬
‫טמאר‬
‫דסא ַ‬
‫ַ‬
‫מ'האט‬
‫ָ‬
‫וואו‬
‫יואל‪,‬‬
‫באקן מצות‬
‫ָאנגעהויבן ַ‬
‫הפסח‬
‫חג‬
‫לכבוד‬
‫הבעל"ט‪ ,‬אין דעם‬
‫פאר‬
‫ַ‬
‫ראכטפולן בנין‬
‫ּפ ַ‬
‫דעם בית האופה דקהל‬
‫געווארן מיט פיר‬
‫ָ‬
‫וואס איז איינגעריכטעט‬
‫טמאר ָ‬
‫ד'סא ַ‬
‫ַ‬
‫יטב לב‬
‫ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען‬
‫גרויסע אויווענס‪ .‬דער בנין איז ּ‬
‫וואס‬
‫באקן מצות אויף ַא מהודר'דיגן אופן מיט די חומרות והידורים ָ‬
‫ַ‬
‫געוואלדיגן‬
‫ַ‬
‫באגלייט מיט ַא‬
‫האט ַאוועקגעשטעלט‪ַ ,‬‬
‫רביה"ק זי"ע ָ‬
‫הרחבת הדעת‪.‬‬
‫געווארן‬
‫ָ‬
‫נאר גענוצט‬
‫יארן איז די בית האופה ָ‬
‫אין די לעצטע ָ‬
‫האט די הנהלת‬
‫יאר ָ‬
‫פאר ערב פסח‪ָ ,‬אבער היי ָ‬
‫פאר חבורות און ַ‬
‫ַ‬
‫באקן אין דער‬
‫בית האופה אינוועסטירט גרויסע געלטער צו קענען ַ‬
‫בעקעריי שוין פון אנהייב חודש אדר‪ ,‬כדי צו קענען ַאהערשטעלן‬
‫פרישע מצות לשביעת רצון הציבור אנשי שלומינו המדקדקים‬
‫בכשרות‪ ,‬אונטער די שטרענגע השגחה פון הגאון רבי ארי'‬
‫ָ‬
‫ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' בקרית יואל‪ ,‬וועלכער‬
‫פונדערנאנט מתחילתו‬
‫ָ‬
‫האלט מיט‬
‫רא ּפ און ַ‬
‫קומט ּפערזענליך ַא ָ‬
‫זאל זיין בתכלית הכשרות‪.‬‬
‫ועד סופו ַאז ַאלעס ָ‬
‫האט עס אויפגענומען מיט ַא‬
‫דער ציבור אנשי שלומינו ָ‬
‫געוואלדיגער צופרידנהייט‪ ,‬אז מ'וועט ָ‬
‫ַ‬
‫האבן די געלעגנהייט צו‬
‫געבאקן‬
‫ַ‬
‫גאר מהודר'דיגע מצות‪ ,‬וועלכע ווערן‬
‫קענען געניסן פון די ָ‬
‫אין דער בעקעריי שע"י קהלתנו הק' בתכלית הכשרות והזהירות‬
‫לקראת חג הפסח‪ַ ,‬‬
‫באזונדער וועלן די חבורות בני תורה קענען‬
‫באקן זייערע מצות לויט די חומרות והידורים‪ ,‬און די‬
‫ַאריבערקומען ַ‬
‫בעקעריי וועט זיין צוגעשטעלט מיט ַאלע צוגעהערן‪.‬‬
‫את חג המצות תשמור!‬
‫■■■‬
‫הערליכע שמחת חתונה וימי המשתה‬
‫בבית הרה"ג רבי יעקב יודא ברוין שליט"א‬
‫דומ"ץ ביהמ"ד תהלות יואל דקהל יטב לב‬
‫אנ"ש תושבי הקרי'‬
‫האבן זיך מיטגעפרייט‬
‫ביי דער שיינער שמחת‬
‫איז‬
‫וואס‬
‫החתונה‬
‫געווארן דעם‬
‫ָ‬
‫ראוועט‬
‫געפ ַ‬
‫ּ‬
‫מיטוואך‬
‫ָ‬
‫רגאנגענעם‬
‫פא ַ‬
‫ַ‬
‫בבית‬
‫תצוה‬
‫פרשת‬
‫הרב הגאון המפורסם‬
‫רבי יעקב יהודא ברוין‬
‫הרב הגאון‬
‫שליט"א‪ ,‬דומ"ץ בית‬
‫שליט"א‬
‫רבי‬
‫המדרש תהלות יואל‬
‫דומ"ץ בית מדרשינו‬
‫שע"י קיט"ל קרית יואל‪,‬‬
‫וועלכער איז עומד לשרת‬
‫לרגל השמחה השורה בביתו‬
‫דומ"ץ‬
‫ַאלס‬
‫בקודש‬
‫בנישואי בתו למזל טוב‬
‫עב"ג החתן המופלג בתורה ויראה טהורה כמר יואל הי"ו‬
‫פון‬
‫ער‬
‫איז‬
‫אויך‬
‫הביהמ"ד‪,‬‬
‫בן הרבני החשוב הר"ר גדלי' טייטלבוים שליט"א‬
‫די ראשי החבורות "תורה‬
‫ויראה" אין קרית יואל‪,‬‬
‫און דינט ַאלֹס ַא חבר אין‬
‫הנהלת בית המדרש‬
‫בית הוראה דקהל יטב‬
‫לב בקרית יואל‪ ,‬וואו ער‬
‫איז משיב דעם דבר ה' זו‬
‫טאג לכל דורש ומבקש‪ ,‬סיי עניני הלכה והוראה‪ ,‬און סיי‬
‫הלכה יעדן ָ‬
‫פאר אחינו כל בית ישראל‬
‫אין עניני רפואה‪ ,‬און ער שטייט צו הילף ַ‬
‫בכל עת מצוא‪.‬‬
‫בס״ד‬
‫חדות ישועות יעקב‬
‫כוס של ברכה בזה נשלחה‪ ,‬אל מעלת כבוד האי גברא רבה ויקירא‪ ,‬אוצר כלי חמדה‪ ,‬איש‬
‫האשכולות בתורה ובמעשים מרובים‪ ,‬לומד ומלמד לרבים‪ ,‬לו דומי' תהלה‪ ,‬אהוב על כל‬
‫יודעיו ומכיריו‪ ,‬שבחו מי ימלל‪ ,‬אין גומרין עליו את ההלל‪ ,‬רבים לפתחו משכימים‬
‫ומעריב ים‪ ,‬לדעת את המעשה אשר יעשון‪ ,‬עצה ותושי' ממנו נהנים‪ ,‬ובדעת תורתו משפיע‬
‫לבני אמונים‪ ,‬ויעקב איש תם יושב אוהלים‪ ,‬ובתורת ה' תמימה הוגה באמת ובתמים‪ ,‬עומד‬
‫בראש בית מדרשינו לשם ולתהלה‪ ,‬מורה הוראה בתוך אמוני עם סגולה‪ ,‬כתר תורה לו‬
‫נאה‪ ,‬וכתר שם טוב על גביו עולה‪ ,‬ה"ה‬
‫יעקב יודא ברוין‬
‫ברכותינו המאליפות אל כבוד מעלת תורתו הרמה שיהא רעווא מן קדם אבוהון די בשמיא‬
‫שיזכה לרוות רב תענוג ונחת דקדושה מכל יוצאי חלציו ויבנו את ביתם על אדני התורה‬
‫והיראה לתפארת בית אבותם‪ ,‬ויזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות ויזכה‬
‫להרבות פעלים רבים לתורה ולתעודה כאוות נפשו מתוך נחת והרחבת הדעת עדי נזכה‬
‫לקבל פני משיח צדקנו במהרה בימינו אמן‬
‫פא ַ‬
‫ַ‬
‫האט דער חשוב'ער דיין שליט"א חתונה‬
‫וואך ָ‬
‫רגאנגענע ָ‬
‫געמאכט בתו הכלה תחי' בשעטומ"צ‪ ,‬עב"ג החתן המופלג בתוי"ש‬
‫ַ‬
‫טמאר אין‬
‫ד'סא ַ‬
‫ַ‬
‫כמר יואל טייטלבוים נ"י‪ ,‬ממצויני ישיבה גדולה‬
‫ברוקלין‪ ,‬זון פון הרב בנש"ק מוה"ר גדלי' טייטלבוים שליט"א‪ .‬די‬
‫זאל פון עטרת חי'‬
‫נאכט אין ַ‬
‫מיטוואך ַ‬
‫ָ‬
‫פארגעקומען‬
‫חתונה איז ָ‬
‫טמאר קרית יואל שליט"א‬
‫סא ַ‬
‫מאנסי‪ ,‬וואו הגאון דומ"ץ ַ‬
‫שרה אין ָ‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪4‬‬
‫געווארן מיט סידור קידושין‪ .‬במשך פון דער חתונה און‬
‫ָ‬
‫איז מכובד‬
‫באטייליגונג פון‬
‫האט זיך ָאנגעזען ַא שיינע ַ‬
‫די ריקודין של שמחה ָ‬
‫חברי קהלתינו תושבי קרית יואל‪ ,‬ביי וועלכע דער דיין שליט"א איז‬
‫נערץ ונכבד‪.‬‬
‫מאמענט ביי דער חתונה איז געווען ווען כ"ק מרן‬
‫ספעציעלע ָ‬
‫ַא ּ‬
‫ַ‬
‫רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען און‬
‫געטאנצן בריקודין של‬
‫פאר‬
‫מצוה לכבוד שמחת חתן וכלה און ָאנגעוואונטשן ברכת קדשו ַ‬
‫די חשוב'ע מחותנים‪.‬‬
‫געווארן ַא שיינע מסיבת‬
‫ָ‬
‫געהאלטן‬
‫ַ‬
‫מוצאי שבת קודש איז ָא ּפ‬
‫שבע ברכות אין ביהמ"ד תהלות יואל לכבודו פונעם דומ"ץ‬
‫הביהמ"ד שליט"א‪ ,‬מיט דער ַ‬
‫צאל מתפללי‬
‫באטייליגונג פון ַא שיינע ָ‬
‫וואס‬
‫געוואשן צו ַא סעודת מלוה מלכה‪ָ ,‬‬
‫ַ‬
‫מ'האט זיך‬
‫ָ‬
‫ביהמ"ד‪ ,‬וואו‬
‫פארנעם לכבוד‬
‫גאר ברייטן ַ‬
‫געווארן אויף ַא ָ‬
‫ָ‬
‫איז ַאהערגעשטעלט‬
‫דער שמחה‪.‬‬
‫באוויטש שליט"א‪ ,‬גבאי הביהמ"ד ומנהל‬
‫קא ָ‬
‫יא ָ‬
‫הר"ר שמואל ַ‬
‫ַ‬
‫האט ַארויסגעברענגט די‬
‫התאחדות אברכים‪ָ ,‬‬
‫געוואלדיגע השפעה‬
‫פונעם דיין שליט"א אויף ַאלע מתפללים פון ביהמ"ד; ַא שיינע‬
‫בערקאוויטש‬
‫ָ‬
‫געווארן פון הר"ר מאיר יצחק‬
‫ָ‬
‫דרשה איז געהערט‬
‫לאנגיעריגער‬
‫ַ‬
‫שליט"א‪ ,‬מנהל רוחני בת"ת ויואל משה און‬
‫האט משמיע געווען שיינע ענינים מעניני‬
‫וואס ָ‬
‫מתפלל בביהמ"ד‪ָ ,‬‬
‫וואס‬
‫האט אויפגעטרעטן דער דיין שליט"א‪ָ ,‬‬
‫דיומא; צום לעצט ָ‬
‫האט מאריך געווען מיט דברים נחמדים לכבוד השמחה און זיך‬
‫ָ‬
‫באדאנקט פאר די ווארימע השתתפות פון אנ"ש בעת שמחת‬
‫לבו‪.‬‬
‫■■■‬
‫מאנסי‬
‫הערליכער סיום מסכת מגילה‬
‫געפראוועט געווארן דעם‬
‫פארגאנגענעם זונטאג כי תשא‬
‫דעם פארגאנגענעם זונטאג כי תשא איז בקרב קהלתינו‬
‫אין מאנסי געפראוועט געווארן א יומא טבא לרבנן‪ ,‬צו דער‬
‫סיום מסכת מגילה ביים טעגליכן שיעור בגפ"ת וואס ווערט‬
‫פארגעלערנט פון הרה"ח ר' יוסף לייב פריעד הי"ו‪ ,‬בן הרה"ח ר'‬
‫עוזר הי"ו וחתן הרה"ח ר' אהרן דוד פאלאטשעק הי"ו מראשי‬
‫הקהלה‪ ,‬וועלכער לערנט פאר בטוב טעם ודעת‪.‬‬
‫דער סיום איז פארגעקומען אויף גאר א שיינעם און‬
‫געהויבענעם פארנעם בבית הרה"ח ר' יעקב ב"ר שלום לאנדא‬
‫הי"ו ממשתתפי השיעור‪ ,‬וואו דער בעל אכסני' וב"ב האט‬
‫אהערגעשטעלט א פראכטפולע סעודת מצוה פאר אלע מסיימים‪.‬‬
‫אין שפיץ האבן זיך באטייליגט כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו‬
‫מאנסי שליט"א און הרה"ג דומ"ץ סאטמאר מאנסי שליט"א‪ .‬עס‬
‫זענען דערביי געהערט געווארן ווארעמע דרשות ארויסצוברענגען‬
‫דעם גודל היום‪ ,‬און מחיל אל חיל האט מען באלד געמאכט די‬
‫התחלת מסכת קידושין‪ ,‬וואס מ'הייבט אן צו לערנען באלד נאך‬
‫יו"ט פורים מיט'ן ציל להתחיל ולסיים בעז"ה‪.‬‬
‫כי הם חיינו ואורך ימינו‪.‬‬
‫ארבעט אין מצה בעקעריי דקהלתינו‬
‫הק' שוין אין פולסטן שוואונג לקראת‬
‫חג המצות הבעל"ט‬
‫די מצה בעקעריי דקהל יטב לב אין מאנסי‪ ,‬איז אין‬
‫די פארגאנגענע טעג שוין אריין אין פולסטן שוואונג צו קענען‬
‫צושטעלן דאס געברויך פון אפיית המצות פאר אנשי שלומינו חברי‬
‫קהלתינו תושבי מאנסי יצ"ו‪ .‬די מצה בעקעריי געפינט זיך הארט‬
‫נעבן דעם בנין הבית רחל‪ ,‬און איז הערליך אויסגעשטאט מיט‬
‫אלע איינרישונגען און צוגעהערן מיט די גרעסטע חומרות והידורים‪,‬‬
‫בהשגחת הדומ"ץ שליט"א‪ ,‬וועלכער איז אנוועזנד יעדן טאג אויפ'ן‬
‫פלאץ צו באאבאכטן און באגלייטן די ארבעט פונדערנאנט‪.‬‬
‫די מהודר'דיגע ווייץ ווערט גענומען פון דער צענטראלער‬
‫סאטמארער מצה‪-‬בעקעריי דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג‪ ,‬וואס‬
‫ווערט געשניטן לויט די קבלות און הדרכות פון מרן רבינו הקוה"ט‬
‫זי"ע אן קיין שום שינויים‪ ,‬און אזוי אויך דער גאנצער סדר מערכת‬
‫אפיית המצות ווערט אויסגעפירט מיט די גרעסטע מאס זהירות‬
‫לויט די הוראות שקבלנו ממרן רבינו הקוה"ט זי"ע‪ .‬ווי געזאגט איז‬
‫דער שוואונג אין מצה בעקעריי שוין זייער העפטיג און מ'האפט צו‬
‫קענען צושטעלן גענוג מצות פאר'ן געברויך פון אנשי שלומינו חברי‬
‫קהלתינו הק' בעיר מאנסי‪.‬‬
‫■■■‬
‫אנטווערפן‬
‫במשנתו של רבינו‪:‬‬
‫פרישער טעגליכער שיעור בעניני גלות‬
‫וגאולה אין ספר על הגאולה ועל התמורה‬
‫אין אנבליק פון דעם שווערן מצב אין מיטל מזרח‪ ,‬ווי די ציונים‬
‫צינדן אויף דעם גאנצן ראיאן מיט זייערע ווילדע רייצנדע רעטאריק‬
‫קעגן די אומות העולם‪ ,‬וואס קען חלילה אריינפירן דעם גאנצן כלל‬
‫ישראל אין א שרעקליכער סכנה ‪ -‬וואס יעדעס מאל ווען ס'קומט‬
‫צו אזוינע מצבים אנטשטייט א שטארקע בלבול המוחות‪ ,‬וויאזוי‬
‫אנצוקוקן די לאגע מיט'ן תורה'דיגן בליק און וואס אונזער שטעלונג‬
‫דארף זיין‪ ,‬און אויף וואס מיר דארפן מתפלל זיין ‪ -‬האט די הנהלת‬
‫התאחדות אברכים אראנזשירט א פרישן טעגליכן שיעור אין אט‬
‫די ענינים העומדים ברומו של עולם‪.‬‬
‫הרה"ח המפו' ר' מרדכי שטויבער הי"ו‪ ,‬וואס האט געהאט‬
‫די זכי' זיך צו ווייקן בעפר רגליו הטהורים פון רבינו הקוה"ט זי"ע‪,‬‬
‫לערנט פאר דעם טעגליכן שיעור אין ספר הק' על הגאולה ועל‬
‫התמורה‪ ,‬יעדע נאכט נאך מעריב אין ביהמ"ד הגדול פאר לערך‬
‫‪ 15-20‬מינוט‪ ,‬וואו עס באטייליגט זיך דערביי א שיינער ציבור אנשי‬
‫שלומינו‪ .‬ר' מרדכי לערנט פאר פון אינעווייניג די הייליגע ווערטער‪,‬‬
‫באגלייט מיט שיינע ערקלערונגען און דעטאלירטע שילדערונגען‬
‫איבער די שווערע מלחמות וואס זענען זיך פארלאפן אין יענע‬
‫צייטן ווען דער רבי זי"ע האט אפגעשריבן די הייליגע דיבורים בדם‬
‫לבבו‪ ,‬כדי מיר זאלן אין יעדן מצב וויסן וויאזוי צו באטראכטן די‬
‫געשעענישן מיט'ן ריכטיגן תורה'דיגן בליק‪.‬‬
‫וצדיק באמונתו יחי'‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪5‬‬
‫ירושלים‬
‫געהויבענע סעודת משתה היין בחצר‬
‫הקודש סאטמאר ירושלים בראשות‬
‫הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א‬
‫די הייליגע ימי הפורים זענען ווי יעדעס יאר אריבער מיט א‬
‫גרויס געהויבנקייט בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים‪ .‬אנגעהויבן‬
‫פון פאר פורים זענען פארגעקומען עטליכע כינוסים לחיזוק‬
‫והתעוררות דורך די "התאחדות אברכים" וואו עס איז געהערט‬
‫געווארן דברי חיזוק דורך הגה"צ ר' סענדער ערלאנגער שליט"א‬
‫מגדולי המשפיעים בארה"ק וועלכער האט משמש געווען אלס‬
‫משגיח פון די סאטמארער ישיבה אין ירושלים אין די צייט וואס‬
‫מרן רבינו שליט"א האט דארט געדינט אלס ראש ישיבה‪.‬‬
‫אזוי אויך האבן די גבאי קודש פון די מפעל החסד "סייעתא"‬
‫דקהל יטב לב דסאטמאר‪ ,‬וואס ווערט געפירט בהדרכת הרבנים‬
‫הגאונים דייני קהלתינו הק'‪ ,‬געארבעט אין די טעג אומערמידליך‬
‫צוזאמנעמען נדבות העם וואו עס איז צוזאמגעשטעלט געווארן‬
‫א סומע פון פערציג טויזנט שקלים בלויז דורך אנשי שלומינו בימי‬
‫הפורים‪.‬‬
‫דאנערשטאג ביינאכט ליל ט"ו אדר האט הגה"צ דער רב‬
‫שליט"א פארגעליינט די מגילה אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה‬
‫ד'סאטמאר‪ .‬און אויפצומארגנס פורים בייטאג האט דער רב‬
‫שליט"א געליינט די מגילה בביהמ"ד אהל רחל אויף רח' יואל‪ .‬היות‬
‫אז היי יאר איז אויסגעפאלן פורים ערב שב"ק‪ ,‬איז געווען א קורצע‬
‫קבלת קהל אין ביהמ"ד ויואל משה וואו דער רב האט אויפגענומען‬
‫דעם עולם קהל אנ"ש וואס איז געקומען ברענגען משלוח מנות‪.‬‬
‫ארום דריי אזייגער מיטאג האט זיך אנגעפאנגען די סעודת משתה‬
‫היין וואס איז אפגעראכטן געווארן בביהמ"ד הגדול ויואל משה‪.‬‬
‫דער ביהמ"ד איז צוגערישט געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם‬
‫ריזן ציבור כ"י מיט הויך שטאקעדיגע פארענטשעס פאר די‬
‫בחורים און יונגעלייט‪.‬‬
‫צוליב דעם ענגן זמן פאר כניסת שבת האט דער רב שליט"א‬
‫גערעדט א קורצע דרשה‪ ,‬דער רב האט שטארק מעורר געווען‬
‫אויף די פירצה וואס היימישע אידן נוצן די שטאטישע עלעקטער‬
‫אום שב"ק וואס איז אסור עפ"י הלכה און אוודאי עפ"י השקפת‬
‫ומסורת אבותינו ורבותינו הק'‪ .‬דער רב האט אויפגעפאדערט‬
‫פון דעם גאנצן ציבור זאלן זיך פארנעמען מער נישט צו נוצן די‬
‫לעקטער‪ ,‬נאר די גענעראטור‪ ,‬ויענו כל העם אשר במחנה אמן‪,‬‬
‫וקיימו וקיבלו עליהם צו ממלא זיין דעם דעת תורה הצרופה‬
‫והמסורה מדור דור‪.‬‬
‫דאן האט דער עולם אויסגעבראכן אין ספאנטאנישער געזאנג‬
‫"ישמחו במלכותך שומרי שבת" און נאך ניגוני שבת קודש‪ ,‬וינועו‬
‫אמות הסיפים לקול תרועת ההמון‪ .‬דער פורים רב פון די קהילה‬
‫איז געווען הרב החסיד ר' יצחק אייזיק ווייס שליט"א מגדולי‬
‫העסקנים בארה"ק‪.‬‬
‫וימי הפורים האלה לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף‬
‫מזרעם‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪6‬‬
‫מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת ויקה"פ‬
‫מאנטאג כי תשא‬
‫מאנטאג כי תשא נאכמיטאג איז פארגעקומען א שיינער מסיבת שבע‬
‫ברכות לכבוד החתן עמרם בלוי הי"ו‪ ,‬מחשובי תלמידי ישיבתינו הק' ומנאמני‬
‫בית רבינו שליט"א‪ ,‬עב"ג הכלה שתחי' בת הרה"ח ר' שלמה צלא הי"ו‪ .‬די‬
‫שבע ברכות איז געפראוועט געווארן אויף א שיינעם פארנעם אין ביהמ"ד‬
‫ברך משה שע"י ביתו נאוה קודש בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א‪,‬‬
‫וועלכער האט מפאר געווען בראש המסובים‪ .‬עס האבן זיך אויך באטייליגט‬
‫הרבנים הגאונים הצדיקים בני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א‪.‬‬
‫מיט פאסיגע דברי תורה האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יצחק‬
‫ראזענבערגער שליט"א‪ ,‬חדב"ן ודומ"ץ דביהמ"ד ליע גארדענס‪ ,‬וועלכער‬
‫האט ארומגערעדט שיינע דברי דרוש בעניני שמחת חתן וכלה און עס משלב‬
‫געווען לעניני שמחת פורים‪ ,‬און ספעציעל ארויסגעברענגט בשבחו פון א‬
‫חשוב'ן פעטער מצד החתן‪ ,‬הרבני הנגיד הנכבד מו"ה יצחק ראבינאוויטש‬
‫הי"ו‪ ,‬ביי וועמען דער חתן האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די יארן ווען‬
‫ער האט געלערנט דאהי בישיבתינו הק'‪ ,‬און ביי אים אין שטוב איז אים‬
‫צוגעשטעלט געווארן אלע געברויכן ברוח נדיבה באופן מאוד נעלה‪ .‬דערנאך‬
‫איז ערשינען דער פ"ר דקהלתינו מוה"ר יואל בער ברייער הי"ו‪ ,‬וועלכער‬
‫האט משמח געווען חתן וכלה מיט די נאספים מיט טרעפליכע דברי בדחנות‬
‫לכבוד היום‪.‬‬
‫הרה"ח ר' יצחק ראבינאוויטש הי"ו‪ ,‬א פעטער פונעם חתן‪ ,‬איז מכובד‬
‫געווארן מיט ברכת המזון‪ ,‬כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געזאגט די ערשטע‬
‫‪ 6‬ברכות‪ ,‬הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה‬
‫אחריתא‪ ,‬און דערנאך האט רבינו שליט"א געטאנצן מיט'ן חתן און די‬
‫מחותנים‪.‬‬
‫דינסטאג כי תשא‬
‫אין די אווענט שטונדן איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מסיבה‬
‫'מלחמה לה' בעמלק' פאררופן ע"י הרבנים הגאונים הצדיקים בני וחתני‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬על פי פקודת הקודש פון רבין שליט"א‪ ,‬להתייצב‬
‫לעזרת ה' בגבורים‪ ,‬ארויסצוהעלפן אין דער מאסיווער מערכה אין ארצינו‬
‫הקדושה אפצוקעמפן די ביטערע גזירת שמד פון 'גיוס בני הישיבות' וואס‬
‫לויערט אויפ'ן חרדישן אידנטום בארה"ק‪ ,‬חלילה וחלילה נישט אריינצופאלן‬
‫אין דעם שרעקליכן געפאר‪ ,‬אז די בחורי הישיבות זאלן באצוואונגען ווערן‬
‫צו גיין דינען אינעם ציוניסטישן מיליטער‪ ,‬הי' לא תהי'‪ ,‬אויף וואס אלע‬
‫פריערדיגע גדולים האבן שוין אויף דעם גע'פסק'עט אז עס איז 'ביהרג ואל‬
‫יעבור'‪.‬‬
‫אנשי שלומינו האבן געשטראמט אין די מאסן ביז אין די גאר שפעטע‬
‫נאכט שטונדן צו דער גרויסער מסיבה וואס איז פארגעקומען אין א‬
‫ספעציעלן שאטער פארנט פון ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף‬
‫‪ 550‬בעדפארד עוועניו‪ ,‬לאור קריאת הקודש‪ ,‬און זיך משתתף געווען בגוף‬
‫ובממון מיט א גרויס ווארעמקייט‪ .‬די מסיבה איז באשיינט געווארן מיט'ן‬
‫השתתפות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ואתו עמו הרבנים הגאונים הצדיקים‬
‫חברי הביד"ץ דקהלתינו הק'‪ ,‬וועלכע האבן שטארק מחזק געווען די עסקנים‬
‫אין דער עבודת הקודש‪.‬‬
‫אינמיטן דער מסיבה האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגער דרשה‬
‫בדברים חוצבים להבות אש דער געהויבענער גאסט‪ ,‬הגאון המפורסם נואם‬
‫בחסד עליון‪ ,‬רבי שאול גאלדמאן שליט"א‪ ,‬ראה"כ מבצר התורה בירושלים‬
‫עיה"ק ת"ו‪ ,‬וואס האט אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער דעם חובת‬
‫השעה‪ ,‬און אז מיט'ן כח הרבים וועט מען אי"ה קענען אסאך אויפטון למען‬
‫כבוד שמו יתברך בעז"ה‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז געווען מסדר קידושין ביי דער שמחת נישואין פון‬
‫המחותנים מו"ה יוחנן גרין הי"ו און מו"ה מאיר פריעדמאן הי"ו‪ ,‬אין תקנות‪-‬‬
‫זאל פרדס פיגא אין וויליאמסבורג‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א ניחום אבלים צו‬
‫משפחת קעסלער וואו עס זענען געזעסן שבעה הרה"ח ר' שמעי' הי"ו‪,‬‬
‫משב"ק אצל מרן הגה"ק מספינקא זצ"ל ואחיו הרה"ח ר' שלום זושא הי"ו‪,‬‬
‫מחשובי עסקני הישיבה גדולה‪ ,‬על פטירת אמם החשובה ע"ה‪.‬‬
‫שפעטער אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ביקור‬
‫גומלין צו הגאון הגדול רבי חיים אורי פריינד שליט"א‪ ,‬חבר הביד"ץ עדה‬
‫החרדית בירושלים עיה"ק‪ ,‬בבית האכסני' פון הרה"ח ר' אברהם יושע‬
‫גראס הי"ו‪ .‬עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי‬
‫צדיקים און דערנאך האט זיך דער שמועס פארקירעוועט צו די ענינים‬
‫העומדים על הפרק בארצינו הק'‪ ,‬נעמליך‪ ,‬די ביטערע גזירה פון גיוס בני‬
‫הישיבות וואס לויערט אויפ'ן יהדות החרדית בארצינו הק'‪ .‬דער חשוב'ער‬
‫חבר הבד"ץ האט איבערגעגעבן פארשידענע פרטי הדברים פון די גזירה‬
‫און איבער די מערכה וואס ווערט אונטערגענומען דערקעגן‪ ,‬און שטארק‬
‫באדאנקט כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר'ן זיך שטעלן בשער המחנה‪ ,‬מיט'ן‬
‫זיך שטעלן בראש המערכה און ספעציעל דאס דורכפירן די מסיבה מלחמה‬
‫לה' בעמלק‪ ,‬וואס וועט געוויס זיין אן אויסערגעווענליכע חיזוק פאר די‬
‫לוחמי מלחמת הקודש בירושלים עיה"ק‪ ,‬ובשם ה' נעשה ונצליח‪ .‬דערנאך‬
‫האט דער חשוב'ער חבר הבד"ץ מכבד געווען רבינו שליט"א ביין ופירות‬
‫ונפרדו לשלום‪.‬‬
‫מיטוואך‪ ,‬ליל פורים‬
‫רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת מנחה‬
‫וקריאת ויחל‪ ,‬און באלד ביים זמן מוצי שבת קודש האט מען זיך געשטעלט‬
‫דאווענען תפלת מעריב‪ .‬תיכף נאך מעריב האט רבינו שליט"א צוגעטרעטן‬
‫צו דער עבודת הקודש פון קריאת המגילה אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪7‬‬
‫הדרת מלך‪ ,‬מיט א געוואלדיגע התעוררות און מתיקות‪ .‬דאס מגילה ליינען‬
‫פון רבינו שליט"א איז מיטגעהאלטן געווארן פונעם גאנצן ציבור זקנים עם‬
‫נערים מיט גרויס התעוררות והתרוממות הנפש‪ .‬דעם שלחן הטהור בליל‬
‫פורים האט רבינו שליט"א געפראוועט אין בית המדרש ברך משה שע"י‬
‫ביתו נאוה קודש‪.‬‬
‫גרויסער ציבור האט מיטגעדאווענט מיט'ן רבי'ן שליט"א‪ .‬נאכ'ן דאווענען‬
‫איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה לבן הנולד למזל טוב אצל האברך‬
‫מו"ה מיכל וויינגארטן הי"ו‪ ,‬מנאמני כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה‬
‫זצ"ל‪ ,‬ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ .‬רבינו שליט"א איז מכובד געווארן‬
‫מיט סנדקאות‪.‬‬
‫דאנערשטאג יום הפורים‬
‫כחצות היום‪ ,‬לערך ‪ 1‬אזייגער מיטאג איז כ"ק מרן רבינו שליט"א‬
‫אריינגעקומען צום גרויסארטיגן שלחן הטהור לכבוד שושן פורים‪ .‬עס זענען‬
‫זיך צונויפגעקומען טויזנטער אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' מיטצוהאלטן‬
‫דעם געהויבענעם טיש‪ ,‬און דער ביהמ"ד הגדול איז אויסגעשטעלט געווארן‬
‫אויף א ספעציעלן מייסטערהאפטיגן אופן צו קענען אקאמאדירן דעם‬
‫ציבור האלפים‪ .‬פון אלע זייטן ארום איז אויפגעשטעלט געווארן הויכ‪-‬‬
‫שטאקיגע פארענטשעס וואו עס זענען קאנצעטרירט געווארן די אלפי‬
‫בחורי חמד דישיבותינו הקדושות‪ ,‬און עס איז פארטיילט געווארן א ברייטע‬
‫סעודה לכבוד היום לכל העם הנאספים דורך די געטרייע משמשי הבית‬
‫המדרש ועסקני קהלתינו הק'‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת שחרית‬
‫בערך בשעה ‪ ,10‬וואס איז פאריבער מיט גרויס התרוממות און דערנאך‬
‫האט רבינו שליט"א געלייענט די מגילה ברוב עם הדרת מלך‪ ,‬ווערנדיג‬
‫מיטגעהאלטן פון א ריזיגן ציבור תלמידים וחסידים מיט גרויס התרוממות‬
‫הנפש‪ .‬באלד נאך תפלת שחרית האבן זיך פארמירט לאנגע רייען פון‬
‫אנשי שלומינו‪ ,‬אריינגערעכנט זקני וחשובי אנ"ש‪ ,‬אריינצוגיין צו מרן רבינו‬
‫שליט"א בחדרו המיוחד שע"י בית מדרשינו הגדול‪ ,‬להתברך בפו"פ ביום‬
‫הפורים‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אל ביתו נאוה קודש‪ ,‬וואו דורכאויס‬
‫דעם גאנצן טאג האבן הונדערטער אידן געשטראמט‪ ,‬אריינצוגיין אל הקודש‬
‫פנימה איבערגעבן משלוח מנות ולברך ולהבתרך בפו"פ אין דעם גרויסן‬
‫טאג‪ .‬הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א‪ ,‬משב"ק האט געשריבן די‬
‫קוויטלעך פאר'ן ציבור‪ .‬רבינו שליט"א האט ממנה געווען עטליכע שלוחים‬
‫ארומצוגיין איבערגעבן משלוח מנות פאר די רבני העיר בשמו‪ ,‬און ווי‬
‫אויך איז דורכאויס דעם גאנצן טאג אנגעקומען משלוח מנות פון די רבנים‬
‫שליט"א לכבוד מרן רבינו שליט"א‪.‬‬
‫בערך אום ‪ 6‬אזייגער אווענט איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען‬
‫צום געהויבענעם עריכת שלחן 'משתה היין'‪ .‬דער טיש איז פאריבער מיט‬
‫א זעלטענעם געהויבנקייט‪ ,‬מלא התעוררות‪ ,‬שמחה והתרגשות דקדושה‪,‬‬
‫בהשתתפות פון א ריזיגן ציבור פון אלפי אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך‬
‫משמח געווען באון אויסגענוצט די געהויבענע שעה'ן בשירה ובזמרה‬
‫בתופים ובמחולות‪ ,‬מיט ווארימע ניגוני התעוררות און פלאם‪-‬פייערדיגע‬
‫ריקודי קודש‪ ,‬ובפרט מיט די געהויבענע דברי תורה פון רבינו שליט"א‪,‬‬
‫לכבוד היום‪.‬‬
‫מיט דברי בדחנות האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אלימלך ווערצבערגער‬
‫הי"ו‪ ,‬האברך מו"ה יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו‪ ,‬וועלכע האבן מיט טרעפליכע‬
‫געפלאכטענע חרוזים נימא בנימא ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פונעם‬
‫טאג און די אויסטערלישע סגולת היום זיך אויסצובעטן בדבר ישועה‬
‫ורחמים‪ ,‬און געבעטן ביי רבינו שליט"א איינצורייסן אויף רחמי שמים‬
‫מרובים בהאי יומא דקאגרים אז אלע מצפים לישועה זאלן שוין געהאלפן‬
‫ווערן בכל משאלות לבם לטובה ולברכה‪.‬‬
‫דער הויכפונקט פונעם שלחן הטהור ביום הפורים איז געוויס געווען‬
‫די געהויבענע דברי תורה פון רבינו שליט"א‪ ,‬וואס רבינו שליט"א האט‬
‫משמיע געווען ‪ 4‬מאל באזונדער‪ ,‬מיט גאר טיפזיניגע בחינות‪ ,‬בדרך הפרד"ס‪,‬‬
‫אויסטייטשנדיג די פילע פסוקי המגילה ועניני חג הפורים מיט מערערע‬
‫בחינות און חידושים נפלאים כציצים ופרחים כפטור ופרח פון וואס דער‬
‫עולם איז אונטערגעשפרינגען און מיטגעהאלטן מיט חדותא דאורייתא די‬
‫פטפוטי דאורייתא טבין‪ ,‬פיקודי ה' ישרים משמחי לב‪ .‬מיט'ן בענטשן איז‬
‫מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א‪.‬‬
‫דאנערשטאג שושן פורים‬
‫צו שחרית איז רבינו שליט"א אריינגעקומען לערך אום צען דרייסיג‪ .‬א‬
‫רבינו שליט"א האט זיך געוואשן און פארטיילט שיריים און דערנאך‬
‫געוואונטשן לחיים מיט ווארעמע ברכות קודש לכל הנאספים‪ .‬דער משב"ק‬
‫הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים הי"ו‪ ,‬האט אויסגערופן די אנ"ש נכבדי העדה‬
‫וועלכע האבן געשטעלט וויין כנהוג‪ ,‬און דערנאך האט מען מרבה געווען‬
‫בשירה ובזמרה‪ ,‬מיט ווארעמע ניגוני התעוררות ודביקות‪ ,‬און לעבעדיגע‬
‫ניגוני שמחה וצהלה‪ ,‬לכבוד היום כנהוג‪.‬‬
‫דערנאך זענען אריינגעקומען די חברה משמחים‪ ,‬וואס האבן שוין די‬
‫זכי' לאנגע יארן ארויפצוקומען על שלחן מלכים משמח זיין אלפי ישראל‬
‫ביום הפורים בחצרות קדשינו‪ ,‬ה"ה‪ :‬הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן הי"ו‪ ,‬מוה"ר‬
‫מרדכי ראטטער הי"ו‪ ,‬מו"ה יואל ברייער הי"ו‪ ,‬מו"ה אהרן ישעי' פאללאק‬
‫הי"ו‪ ,‬און מו"ה זלמן לייב סאנדעל הי"ו‪ ,‬וועלכע האבן א לענגערע צייט‬
‫משמח געווען דעם ציבור מיט פאסיגע דברי בדחנות און פארשטעלונגען‪,‬‬
‫פון וואס דער ציבור האט א שטארקע הנאה געהאט‪ .‬מיט ברכת המזון איז‬
‫מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ניימארק שליט"א‪ ,‬א מחותן מיט כ"ק מרן‬
‫רבינו שליט"א‪.‬‬
‫שבת פ' כי תשא‬
‫דער נאכפאלגענדער שבת קודש פ' כי תשא איז פאריבער אונטער גאר‬
‫א געהויבענער שטימונג בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א‪.‬‬
‫שבת אינדערפרי זענען געפראוועט געווארן די שמחות האויפרוף פון די‬
‫פאלגענדע חתנים תלמידי ישיבתינו הק'‪ :‬החתן יואל בן מו"ה מענדל בינער‬
‫הי"ו‪ ,‬עב"ג מו"ה משה יחזקאל בראך הי"ו; החתן יחזקאל בן מו"ה מרדכי‬
‫שווארץ עב"ג מו"ה שמואל יצחק פאגעל הי"ו; החתן יוסף בן מו"ה שלמה‬
‫אפרים בלוישטיין עב"ג מו"ה זלמן לייב שווימער הי"ו; החתן ישראל שלום‬
‫בן מו"ה בערל שטערן עב"ג מו"ה מרדכי שמואל ליבערמאן הי"ו; החתן‬
‫יצחק מנחם בן מו"ה אהרן אלעזר אראן עב"ג מו"ה אשר אנטשיל ווייס הי"ו‪.‬‬
‫נאך תפלת מוסף איז רבינו שליט"א אריין אין ּפאליש קידוש מאכן ביי‬
‫די קידושים וואס זענען געפראוועט געווארן לכבוד די שמחות‪ ,‬און רבינו‬
‫שליט"א האט געוואונטשן יעדן פון די ‪ 5‬חתנים באזונדער‪ ,‬זייערע עלטערן‪,‬‬
‫מחותנים און זיידעס מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫במשך השבת איז אויך געווען די שול פירן של המחותנים‪ :‬מו"ה יוחנן‬
‫לעפקאוויטש עב"ג מו"ה משה צבי שווארץ הי"ו; מו"ה יוחנן גרין עב"ג מו"ה‬
‫מאיר פריעדמאן הי"ו; מו"ה אברהם לייב גאלד עב"ג מו"ה חנוך יודא עלפער‬
‫הי"ו; און מו"ה זלמן לייב שווארץ עב"ג מו"ה אהרן הערש כץ הי"ו‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪8‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫ברכת מזלא טבא‪ ,‬מעמקי דלבבא‪ ,‬לידידינו היקרים‪ ,‬אנ"ש הנכבדים‪,‬‬
‫מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים‪ ,‬שמם הטוב מפוארים‬
‫לרגל שהשמחה במעונם‬
‫ביהמ"ד הגדול‬
‫• מו"ה יוסף עזרא אראן הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב פאזנער הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל יצחק באנדא הי"ו‬
‫לרגל ארוסי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב גליק הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה מענדל גליק הי"ו‬
‫לרגל ארוסי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי גאנץ הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק פאגעל הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה דוד הכהן לאנדא הי"ו‬
‫לרגל ארוסי‪/‬ולהולדות נכדתו‪/‬נינו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף מרדכי כהנא הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה באנדא הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שלמה אפרים בלוישטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה זלמן לייב שווימער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה בערל שטערן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי שמואל ליבערמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה מאיר הערש ליבערמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן אלעזר אראן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אשר אנטשיל ווייס הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן אלעזר אראן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מענדל בינער הי"ו‬
‫קיט"ל תהלות יואל‬
‫• מו"ה אברהם חיים גליק הי"ו‬
‫• מו"ה נתן יוסף גרין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה שמואל ווייזער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה זאב יצחק טורנויער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה שבתי יצחק ברוינער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם יושע גראס הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה יונה כ"ץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה בנציון אלימלך פאלטשעק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף עקשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן מארקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל יעקב פעקעטע הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו ולהולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה געציל זופניק הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מאיר נפתלי פערל הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי לייב טורנויער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה העניך שלמה כ"ץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫קיט"ל אברכים‬
‫• הרה"ג דומ"ץ שליט"א‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה אלי' פאלאטשעק הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יוחנן גרין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק גרשון מענדל ראזענבערג הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה הערש שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה בנציון אלימלך פאלאטשעק הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה בערל שטערן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה זלמן לייב שווימער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים ישעי' גראס הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל יצחק פאזנער הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יונה זופניק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה בנציון שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות הנכדות התאומות למז"ט‬
‫• מו"ה שמשון מארמארשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה דוד הערש גליק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי ווייס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה דוד לעווינזאהן הי"ו‬
‫לרגל הולדות התאומים למז"ט‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪9‬‬
‫• מו"ה דוד אלי' פרענקל הי"ו‬
‫• מו"ה יואל ברש"ה שטערן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה יחזקאל קארפען הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה בנציון משה פאלקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל סאוט ‪8‬‬
‫אוהל פיגא‬
‫• מו"ה חיים הערש בראך הי"ו‬
‫• מו"ה מרדכי יודא פאלקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב חיים הירש הי"ו‬
‫• מו"ה יואל ברד"ה גליק הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה שלום מנחם וואלטער הי"ו‬
‫• מו"ה יהוסף לויפער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל פריינד הי"ו‬
‫קיט"ל בארא פארק‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• הרה"ג הדומ"ץ שליט"א‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫קיטל לי גארדנס‬
‫• מו"ה נחמן מאשקאוויטש הי"ו‬
‫בניני יאקאבאוויטש‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• הרב בעריש טורנויער שליט"א‬
‫• מו"ה חיים פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• הרב יוסף הערש אילאוויטש שליט"א‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה יואל פעקעטע הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל בערקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל מורטיל‬
‫בית יעקב נחמי'‬
‫• מו"ה שלמה אפרים בלוישטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו יוסף למז"ט‬
‫• מו"ה משה לערנער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה ליפא בארמינקא הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף יודא עהערענפעלד הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל גרינפעלד הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים יוסף עפשטיין הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו יואל למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם דוד גליק הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יחזקאל וויינשטאק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב יוסף שטערן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל גאנדל הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יהוסף קרויס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל אנטווערפן‬
‫• הרב מרדכי שטויבער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב טויב הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל בריזל הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫קיט"ל מאנטשעסטער‬
‫• הרב בנימין לעברעכט הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• הרב יושע לעברעכט הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל קרית יואל‬
‫• הרב שלמה יעקב געלבמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל קרויס הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה משה בערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה דוד גלאזיעס הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה דוד ארי' ווייס הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שישלם להם משכורתם בכפליים‪ ,‬משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים‪ ,‬שפע ברכה והצלחה משמי מעונים‪,‬‬
‫רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים‪ ,‬כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים‪ ,‬חסדי ה' לעולמי עולמים ‪.‬‬
‫המברכים באהבה השמחים בשמחתם‬
‫ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו‬
‫צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ‪-‬פאסט שיקט אן אימעיל צו‪[email protected] :‬‬
‫‪SFI‬‬
‫‪A Fully vertical approach to trade finance‬‬
‫‪[email protected]‬‬
‫‪Sponsored By:‬‬
‫‪Project: YF MARKETING | 718.514.6717‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪10‬‬