1» » בתוככי הקהלה

Transcription

1» » בתוככי הקהלה
‫בס"ד‬
‫‪13‬‬
‫נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה‬
‫אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר"‬
‫לרומם להדר ולנצח‪:‬‬
‫פאקטישע תיקונים פונעם‬
‫ריי ַ‬
‫שטארק‬
‫ַ‬
‫ראיעקט שוין‬
‫'לפאר ולרומם' ּפ ָ‬
‫מערקבאר אין ביהמ"ד הגדול‬
‫ַ‬
‫אין אלע ווינקלען פונעם בית המדרש הגדול דקהלתינו הק'‬
‫מערקט זיך שוין שטארק די פאזיטיווע צייכענעס פון די ערשטע‬
‫סעריע געבענטשטע תיקונים ושינויים לטובה וועלכע זענען‬
‫איינגעשטעלט געווארן אין די לעצטערע וואכן אין די ראמען פון‬
‫דער פארצווייגטער אונטערנעמונג 'לפאר ולרומם את בית ה''‪,‬‬
‫וואס צילט צו דערהייבן‪ ,‬פארשענערן און פארבעסערן אלע געביטן‬
‫פון דער ריזיגער ווירטשאפט אין גרויסן בית המדרש‪ ,‬לתועלת‬
‫ולהנאת אלפי אנשי שלומינו באי בית ה'‪.‬‬
‫אנצופירן מיט'ן טעגליכן הלוך ילך לנצח על מלאכת בית ה'‪,‬‬
‫איז אויפגענומען געווארן דער באגאבטער יונגערמאן האברך‬
‫ברוך הכשרון העסקן הנמרץ מו"ה משה דוד ביטמאן הי"ו‪ ,‬וואס‬
‫ברענגט מיט זיך א שטארקע טיכטיגע ערפארונג אין דעם הינזיכט‪,‬‬
‫וועלכער האט זיך ווירקליך אריינגעווארפן מיט א שטארקע‬
‫געטריישאפט לעמוד לשרת בקודש אויף די אחריות'דיגע ּפאסטן‪,‬‬
‫אונטער'ן אויפזיכט פון די הנהלת הקהלה און די געטרייע חברי‬
‫ועד הנהלת בית המדרש הגדול‪ ,‬וועלכע געבן זיך אוועק מיט א‬
‫געוואלדיגע געטריישאפט‪ ,‬להרם קרן הבית המדרש‪ ,‬די מעכטיגע‬
‫אימפעריע לה' ולתורתו‪ ,‬הבית הגדול שמגדלין בה תורה ועבודה‬
‫וגמילות חסדים‪.‬‬
‫ווי די קאמיטע‪-‬מיטגלידער געבן‬
‫איבער‪ ,‬איז די אנטוויקלונג נאר א טייל‬
‫פון די ברייטע אונטערנעמונגען וואס וועלן‬
‫עווענטועל גענצליך איבערפרישן דעם בית‬
‫המדרש הגדול לשם ולתפארת‪ ,‬און אין די‬
‫קומענדיגע וואכן און חדשים וועלן אנשי‬
‫שלומינו אי"ה מיטהאלטן פונדערנאנט‬
‫מאנטאג תצוה | תשע"ב‬
‫די אנטוויקלונגען פון די ווייטער'דיגע פאזעס להרחיב את גבולי‬
‫הקדושה ולרומם את בית ה'‪ .‬אלפי חברי קהלתינו שיחי' באגריסן‬
‫די אומערמידליכע פעולות נשגבות פון די הנהלת הקהלה לטובתם‬
‫ולהנאתם מיט גרויס צופרידנהייט‪ ,‬און וואונטשן דעם נייעם ממונה‬
‫און די חשוב'ע חברי ועד הנהלת הבית המדרש‪ :‬חפץ ה' בידם‬
‫יצליח להגדיל תורה ולהאדירה‪ ,‬ברוב כח ואמיץ אונים!‬
‫ילכו מחיל אל חיל!‬
‫■■■‬
‫אחרי שנגעה בנו יד ה'‪:‬‬
‫התרגשות'דיגע יום תפלה און‬
‫'עצרת התעוררות' דורכגעפירט אין‬
‫ביהמ"ד 'אהל פיגא' סאוט אכט‬
‫דעם לעצטן דאנערשטאג פון די ימי השובבי"ם‪ ,‬ליל שישי‬
‫פ' משפטים העעל"ט‪ ,‬האבן אנשי שלומינו מתפללי בית‬
‫מדרשינו דקיט"ל אהל פיגא סאוט אכט‪ ,‬אויסגענוצט אויף‬
‫א יום תפלה ולהתעוררות תשובה ולתיקון המעשים‪ ,‬נאך‬
‫דער אומפארגעסליכער טראגעדיע פארגאנגענעם אסרו חג‬
‫הסוכות‪ ,‬ווען א העלישער פייער האט פארברענט דעם גאנצן‬
‫אלטן ביהמ"ד און ליידער פארניכטעט‬
‫הונדערטער ּפאר תפילינ'ס און טויזנטער‬
‫בית המדרש אהל פיגא‬
‫דקהל יטב לב ד'סאטמאר‬
‫ספרי קודש צום שאק און ווייטאג פון‬
‫יראי ה' וחושבי שמו בכלל און מתפללי‬
‫שובו בנים שובבי"ם‬
‫בית המדרש בפרט‪ .‬באלד נאך די‬
‫טראגישע פאסירונג האט כ"ק מרן רבינו‬
‫אי לזאת הקבצו ושמעו בני יעקב לשמוע דברי חכמים אצל‬
‫שליט"א באאויפטראגט די גבאי בית‬
‫המדרש אז מ'זאל זען דורכצופירן אן‬
‫בו ישמיעו דברי חיזוק והתעוררות ע"י הרבנים הגאונים שליט"א‬
‫ביום ה' לס' ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם‬
‫עצרת התעוררות אין די קומענדיגע טעג‪,‬‬
‫בשעה ‪ 8:45‬בערב‬
‫בהיכל בית מדרשינו החדש‬
‫מעורר צו זיין די הערצער און אריינקלערן‬
‫למה עשה ה' ככה‪.‬‬
‫~ סאוט ‪8‬‬
‫נתייסדה ע"י כ"ק מרן רבינו הקדוש זי"ע‬
‫~‬
‫בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א‬
‫בס"ד‬
‫עוד לבנו הומים ונתעוררים‪ ,‬שאש בלהב יצאתה‪ ,‬ונשרפה בית מדרשינו‪ ,‬כמה גוילי קודש‪ ,‬של מאות זוגי‬
‫תפילין‪ ,‬ספרי קודש‪ ,‬והיכל בית ה' עלה ונתעלה באש‪ ,‬ועלינו לחשוב מחשבות בתשובה ותיקון המעשים‪,‬‬
‫על חילול המקדש הנורא‪ ,‬ולכן בצאתינו מימי השובבי"ם המסוגלים לתשובה ותיקון המעשים‪ ,‬ובפרט‬
‫כאשר ידוע כמה שפך מרן רביה"ק זי"ע את שיחו בימים האלו לעורר לבבות ישראל לתשובה‪ ,‬וקולו‬
‫שמענו מתוך האש אשר הי' חודר בחדרי הלבבות‪ ,‬להאיר לנו הדרך ולהוכיח בשער לינצל את הזמנים‬
‫המקודשים‪ ,‬ואשר ראוי ונכון להתאסף יחד להרבות בתפלות ותחנונים לפני הקב"ה בתשובה דרבים‪,‬‬
‫דרשת התעוררות‬
‫ושפתותינו מרחשות בתפלה‪ ,‬יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שיקבל תשובותינו ברחמים וברצון‪,‬‬
‫ושנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות‪ ,‬וישמע אך טוב וחסד בכל בית ישראל‪ ,‬עדי נזכה‬
‫לראות בקרוב לגאולת עולמים‪ ,‬ומצרותינו יגאלנו‪ ,‬ומבור גלות ידלנו‪ ,‬בביאת בן דוד‪ ,‬ונזכה כלנו יחד‬
‫במהרה לאורו‪ ,‬ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן‬
‫הנהלת בית המדרש‬
‫סאוט‬
‫א ריזיגער ציבור פונעם גאנצן ָ‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪1‬‬
‫וויליאמסבורג‬
‫אומגעגענט איז זיך צונויפגעקומען אין ביהמ"ד מיט ערנסטע‬
‫געמיטער צו הערן דעם דבר ה'‪ .‬צום ערשט האט אויפגעטרעטן‬
‫הגה"צ רבי חיים קלמן גוטמאן שליט"א‪ ,‬דומ"ץ הביהמ"ד; דערנאך‬
‫האט מען געהערט א פייער'דיגע דרשה פון בארימטן נואם בחסד‬
‫עליון הגה"צ רבי בערל כ"ץ שליט"א‪ ,‬אבד"ק דושינסקיא שליט"א;‬
‫און דערנאך האט דער מגיד מפורסם הרה"ג רבי ישעי' ווייס‬
‫שליט"א‪ ,‬מגיד משרים בקהלתינו הק' מעורר געווען מיט שטארקע‬
‫דברי כיבושין‪ .‬דער צד השוה פון די אלע דרשות איז געווען‪ ,‬אז‬
‫מ'דארף מפשפש זיין במעשים און זיך פארנעמען בקדושת‬
‫הביהמ"ד‪ ,‬וואס איז פון די דברים שעומדים ברומו של עולם‪ ,‬שבני‬
‫אדם מזלזלין בהם‪.‬‬
‫צומארגנס פרייטאג איז דער גאנצער ציבור אויפגעשטאנען‬
‫פרי פארטאגס באשמורת הבוקר קדמנוך און אין שפיץ פונעם‬
‫דיין שליט"א האט מען אויסגעזאגט דעם גאנצן ספר תהלים מיט‬
‫גרויס התעוררות‪ ,‬און ס'איז צום האפן אז מ'זאל טאקע האבן‬
‫אפגעקומען דערמיט‪ ,‬ולא ישמע עוד ושבר בגבולינו‪ ,‬ויתקדש שם‬
‫שמים על ידינו‪.‬‬
‫■■■‬
‫‪' ‬מפעל ארץ החיים' גמור קאמפיין‬
‫גייט אן העפטיג אין בעפארברייטונג‬
‫צום יומא הילולא קדישא ז' אדר‬
‫די היינטיגע וואך‪ ,‬ערב די יומא דהילולא קדישא פון משה רבינו‬
‫ע"ה ביום ז' אדר הבעל"ט‪ ,‬פיבערט די הנהלת החברא קדישא‬
‫מיט'ן גרויסארטיגן "גמור" קאמפיין איינצוקאסירן ביים ציבור דעם‬
‫'התחייבות ארץ החיים'‪ .‬די סטעיטמענטס צו אלע חברי הקהלה‬
‫זענען ארויס אין דער פאסט‪ ,‬און די שמשים אין אלע בתי מדרשים‬
‫זיצן ביי די טישלעך אפצונעמען דאס התחייבות פונעם ציבור‪ .‬עס‬
‫איז א הערליך בילד צו זען ווי 'ישראל קדושים נתבעים ונותנים'‪,‬‬
‫זעענדיג באשיינפערליך קלאר אז ווען ס'קומט צום עתיד קיום פון‬
‫די קהלה‪ ,‬נעמט עס יעדער פערזענליך מיט אן אחריות און מ'איז‬
‫זיך גרייט צו לאזן קאסטן כפי אשר יושת עליו‪ ,‬ווייל מ'פארשטייט‬
‫קלאר און מ'באנעמט אז כל אשר לו יתן בעד נפשו‪ ,‬ס'איז פאר די‬
‫אייגענע קהלה‪ ,‬פאר'ן אייגענעם וואוילזיין‪ ,‬און פאר'ן עתיד הדורות‬
‫בדרך ישראל סבא‪.‬‬
‫צום דריטן מאל איז פראקלאמירט געווארן דער ווערדפולער‬
‫'ויתן ויחזור' גורל‪ ,‬צו געווינען ‪ 12‬מאל וואס מ'האט איינגעצאלט‬
‫פאר'ן התחייבות ארץ החיים‪.‬‬
‫איבעריג ארויסצוברענגען וואס‬
‫דאס באדייט אין א אידישע שטוב‬
‫צו געווינען אין אזא אנגעשטרענגטע‬
‫ערב פסח צייט אזא ריזיגע סומע‬
‫אין קעש געלט‪ .‬מאכט זיך דעריבער‬
‫געווינט ‪ 12‬מאל‬
‫יעדער דעם איינפאכן חשבון‪ ,‬אז א‬
‫התחייבות וואס מ'וועט סייווי צאלן‬
‫לוינט זיך געוויס יעצט אריינצוכאפן‪,‬‬
‫ווען אין בלויז געציילטע טעג קען‬
‫מען בעז"ה איינגעמאלדן ווערן אז‬
‫מפעל ארץ החיים!‬
‫מ'האט גליקליך געווינען דעם ריזיגן‬
‫בס"ד‬
‫ריק‬
‫צו‬
‫קויפט אייך איין זכותים מיט דאפעלטע פארדינסטן‬
‫ר•א‬
‫ון ב‬
‫אק‬
‫ומ‬
‫דעם סכום וואס איר האט‬
‫איינגעצאלט‬
‫חסד של אמת שעושין את החיים ואת המתים‬
‫געווינט צוריק ‪ 12‬מאל דעם סכום וואס איר צאלט‬
‫ויחזו‬
‫קעש‬
‫גורל‬
‫ט‬
‫ויתן • בא‬
‫צאל‬
‫ט‬
‫איי‬
‫ער‬
‫ה‬
‫תח‬
‫בות‬
‫יי‬
‫הונדערטער טויזענטער דאללערס‬
‫זענען איינגעשפארט געווארן פון אחבנ”י מעמבערס בקהלתינו הק’‪.‬‬
‫שווערע מיליאנען דאללארן‬
‫זענען אויסגעגעבן געווארן דורך די ח"ק דאס צושטאנד צוברענגן‪.‬‬
‫בעטן מיר אייך בכל לשון של בקשה‪:‬‬
‫האט די הכרת הטוב פאר די געטרייע הנהלה‪ ,‬וואס ארבעט שווער דאס‬
‫אהערצושטעלן און באצאלט אייער מינימאלע התחייבות‬
‫קעש געווינס‪ .‬די הנהלת החברא קדישא קוקט ארויס בכליון‬
‫עינים צו אלע וואס האבן נאך ביז איצט נישט אויסגעצאלט זייער‬
‫התחייבות‪ ,‬זיי זאלן בהאי יומא דקאגרים פארזיכערן זייער טייל‬
‫אינעם הבטחת כבוד הנפטרים‪ ,‬ועתיד קהלתינו הק'‪ ,‬און פולקאם‬
‫אויסצאלן זייער התחייבות 'ארץ החיים'‪.‬‬
‫‪■ ■ ■ ‬‬
‫קרית יואל‬
‫'חבר אני' מעמערשיפ קאמפיין‬
‫האלט זיך שוין אט ביים שליסן‬
‫געווינער אויפן ווערדפולן קהלה פעקעדזש‪:‬‬
‫הר"ר נטע ווייס שליט"א‬
‫דער גרויסארטיגער 'חבר אני מעמבערשיפ קאמפיין'‪ ,‬צום שנת‬
‫העשור להתחדשות הקהלה‪ ,‬האלט זיך שוין אט ביים שליסן‪ ,‬און‬
‫די עסקני הקהלה ארבעטן פיבערהאפטיג אין א לעצטן פרואוו‬
‫אנצושליסן יעדן איינציגן החונה על דגל מחנה קהלתינו הק' בעיר‬
‫הצדק קרית יואל יצ"ו‪ ,‬זאל אריינקומען אינעם כח הרבים בעת‬
‫נעילת שער‪.‬‬
‫דער גליקליכער געווינער פונעם 'קהלה פעקעדזש' איז שוין‬
‫געצויגן געווארן ווי געמאלדן‪ ,‬און אצינד דעם דאנערשטאג ז' אדר‬
‫הבעל"ט וועט פארקומען דער צענטראלער מעמבערשיפ גורל‪,‬‬
‫צו געווינען ‪ 12‬מאל דעם סכום וואס מען האט איינגעצאלט פאר‬
‫מעמבערשיפ‪ .‬אין אנדערע נייעס זענען די פרישע 'מעמבער‬
‫קארטלעך' שוין אנגעקומען צו אלע אויסגעצאלטע מעמבערס‬
‫אויף דער ּפאסט‪ ,‬וואס דאס ערמעגליכט צו געניסן פון זייערע‬
‫בארעכטיגטע בענעפיטן‪.‬‬
‫הכל הולך אחר החתום ‪ -‬כאפט אריין!‬
‫‪■ ■ ■ ‬‬
‫התאחדות אברכים ווירבעלט שוין מיט‬
‫רייכע שיעורים אויפ'ן יו"ט פורים הבעל"ט‬
‫'משנכנס אדר מרבין בשמחה'‪ .‬ווי נאר דער פרייליכער חודש‬
‫אדר איז אנגעקומען‪ ,‬האבן די געטרייע עסקני התאחדות אברכים‬
‫דקהל יטב לב קרית יואל‪ ,‬וואס ארבעטן‬
‫אומערמידליך דורכאויס דעם גאנצן יאר‬
‫להרים קרן התורה בקרב קהלתינו הק'‪,‬‬
‫אנגעהויבן אהערצושטעלן א רייע רייכע‬
‫שיעור יום ראשון‬
‫שיעורי תורה אלס הכנה צום גרויסן‬
‫יום א' פר' תצוה‬
‫פרייליכן יום טוב‪ ,‬סיי בהלכה און סיי‬
‫חיים יוסף גאטליב‬
‫באגדה‪.‬‬
‫ילמוד‬
‫בעזהשי"ת‬
‫אצל שיעורו של‬
‫הרה"ג ר'‬
‫פארגאנגענעם זונטאג פ' תצוה‬
‫איז פארגעקומען א הערליכער שיעור‬
‫אין עניני פורים בהלכה ובאגדה ביים‬
‫וועכנטליכן בארימטן 'זונטאג שיעור'‬
‫וואס ווערט פארגעלערנט דורך הרה"ג ר'‬
‫שליט"א‬
‫בעניני‬
‫פורים‬
‫בשעה ‪ 0044‬אחצ"ה‬
‫בהיכל טאלטשווא‬
‫הנהלת התאחדות אברכים‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪2‬‬
‫חיים יוסף גאטליב שליט"א‬
‫מגיד מישרים בקהלתינו הק'‪,‬‬
‫וועלכער איז בארימט מיט‬
‫זיינע הערליכע גייסטרייכע‬
‫מתחילין הלכות פורים‬
‫און באלערנדע שיעורים‪ ,‬מלא‬
‫הר"ר משה עמרם הערמאן שליט"א‬
‫תוכן און מיט א זעלטענעם‬
‫בשעה ‪ 54:8‬עד ‪ 94:8‬בערב בבית ניעדערמאן‬
‫געשמאק וואס ציען שטענדיג‬
‫לעשות כדת היום!‬
‫א ריזיגן ציבור צוהערער בעלי‬
‫בתים ואברכים‪ .‬עקסטער איז‬
‫געמאלדן געווארן אז ביים בארימטן הלכה שיעור פון הרה"ג ר'‬
‫משה עמרם הערמאן שליט"א פאנגט מען אן הל' פורים‪ ,‬און אין די‬
‫איצטיגע טעג ווערט אהערגעשטעלט נאך פילע שיעורים‪ ,‬פון וואס‬
‫דער ציבור בעלי בתים אברכים ובחורי חמד דערקוויקן זיך בתורת‬
‫ה' תמימה משיבת נפש‪.‬‬
‫בעזהשי"ת‬
‫אצל שיעורו של‬
‫הנהלת התאחדות אברכים‬
‫אין שמחה כשמחת התורה!‬
‫‪ ‬‬
‫‪■ ■ ■ ‬‬
‫לאנדאן‬
‫סוקסעספולער דינער 'מי לה' אלי'‬
‫פאר מוסדות יטב לב ירושלים‬
‫געהאלטן ַ‬
‫ַ‬
‫ָא ּפ‬
‫נואם הכבוד‪ :‬הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א‪ ,‬דומ"ץ‬
‫קיט"ל ליע גארדענס וחדב"ן כ"ק מרן רבינו שליט"א‬
‫הונדערטער אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' בעיר הבירה‬
‫לאנדאן יצ"ו‪ ,‬זענען זיך צונויפגעקומען דעם פארגאנגענעם‬
‫דינסטאג פ' תרומה‪ ,‬ביומא דהילולא פון מרן הגה"ק בעל קדוי"ט‬
‫שטאט‪ ,‬וואו‬
‫ָ‬
‫זי"ע‪ ,‬אין די זאלן פון 'פרדס וויזניץ' אין צענטער פון‬
‫ראוועט געווארן דער יערליכער דינער פאר 'מוסדות‬
‫געפ ַ‬
‫ּ‬
‫עס איז‬
‫שטארקן און שטיצן אונזערע אחים‬
‫ַ‬
‫יטב לב בירושלים עיה"ק' צו‬
‫העראאישע שומרי משמרת הקודש אין פלטרין של‬
‫ָ‬
‫לדעה‪ ,‬די‬
‫דרא ּפען זיך ָאנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבא און‬
‫ַ‬
‫מלך‪ ,‬וועלכע‬
‫דאס ווייטער מנחיל זיין לבניהם ודורותיהם‪ .‬דער דינער איז ב"ה‬
‫ָ‬
‫פאראיבער שטארק סוקסעספול אין אלע הינזיכטן‪.‬‬
‫הרה"ח ר' שמואל משה גפן הי"ו‪ ,‬חבר הנהלת המוסדות‪,‬‬
‫האט אנגעפירט דעם אווענט בטוב טעם אלס 'יושב ראש';‬
‫מפאריסאוו שליט"א האט אויפגעטרעטן בדבר ה'‬
‫כ"ק אדמו"ר ּ‬
‫מירושלים; 'נואם הכבוד' איז געווען‬
‫הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער‬
‫שליט"א‪ ,‬דומ"ץ ביהמ"ד ליע‪-‬‬
‫גארדענס וחדב"ן כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א‪ ,‬וועלכער האט דערביי‬
‫ג' תרומה • מי לה' אלי • באולמי פרדס‬
‫איבערגעגעבן א פריסת שלום‬
‫וברכת קדשו פון מר חמיו מרן‬
‫רבינו שליט"א; הרה"ח המרומם‬
‫וואלערשטיין‬
‫מענדל‬
‫הרב‬
‫הי"ו‪ ,‬מנכ"ל המוסדות‪ ,‬האט‬
‫» דער טאג דער טאג «‬
‫אויפגעשטורעמט די הערצער ביים‬
‫אחינו שבגולה‬
‫אחינו שבא"י‬
‫זאגן דעם 'דבר המוסד'; הרה"ח ר'‬
‫אליקים געציל ב"ר שלום בערגער‬
‫בס"ד‬
‫מקווים לו שלומי אמוני ישראל בארץ ובגולה‬
‫אויף וועלכער‬
‫קוקן ארויס בכליון עינים מ'זאל נישט לאזן‬
‫פאלן דעם חינוך הטהור בירושלים עיה"ק!‬
‫אין וועלכער‬
‫וועלן פארפעסטיגן דעם הייליגן קשר און‬
‫שותפות מיט רבינו הק' זי"ע ומוסדותיו!‬
‫מוסדות יטב לב דרבינו יואל בירושלים עיה"ק‬
‫הי"ו‪ ,‬האט איבערגעגעבן דעם 'דבר ההורים' זייענדיג א תושב‬
‫ירושלים פאר עטליכע יאר; הרה"ח ר' יעקב משה פעקעטע הי"ו‪,‬‬
‫חבר הנהלת המוסדות‪ ,‬האט איבערגעגעבן א באעערונגס ּפלעק‬
‫צו העסקן מו"ה יואל פאלאטשעק הי"ו‪ ,‬וועלכער ברענגט יערליך‬
‫אריין הערליכע סומעס לקופת המוסדות דורך זיין פרוכטבארע‬
‫עסקנות מיט וואס ער איז אויך מחייב אחרים‪.‬‬
‫דאס השתתפות‬
‫געמאכט ָ‬
‫ַ‬
‫אן אויסטערלישער איינדרוק האט‬
‫פון א געהויבענעם אורח דגול וגדול מקרתא דשופריא‪ ,‬כ"ק‬
‫אדמו"ר מבוהוש שליט"א‪ ,‬וועלכער האט דעם פארגאנגענעם‬
‫ווינטער מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו‪ ,‬מיט'ן‬
‫ווארפן די ציוניסטישע רעגירונגס‪-‬שטיצע פאר זיינע‬
‫גענצליך ָא ּפ ַ‬
‫מוסדות; א דרייסטע ַאקט און מסירת נפש'דיגע שריט וואס‬
‫צווינגט דעם רבי'ן שליט"א צו זיין פאררייזט איבער דער וועלט‬
‫צו שאפן שטיצע פאר זיינע הייליגע מוסדות וואס פונקציאנירן‬
‫אזוי הערליך על טהרת הקודש‪ .‬דער פארזאמלטער ציבור האט‬
‫מקבל געווען דעם געהויבענעם גאסט מיט טיף‪-‬אינערליכע‬
‫רעספעקט ורגשי הערצה‪ ,‬און מיט יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו‬
‫ּ‬
‫זיין ווארימהארציגע דרשה‪ ,‬ווי דער רבי שליט"א האט מיט אן אש‬
‫קודש ערוועקט די הערצער צו שטיצן תורת ארץ ישראל על טהרת‬
‫הקודש‪.‬‬
‫על חומותיך ירושלים הפקדתי שומרים!‬
‫■■■‬
‫מאנטשעסטער‬
‫ראוועט געווארן‬
‫געפ ַ‬
‫שיינע סעודת הילולא ּ‬
‫לע"נ מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע‬
‫‪ ‬א הערליכע סעודה איז געפראוועט געווארן בתוככי הקהלה‬
‫אין מאנטשעסטער‪ ,‬לכבוד דער יומא דהילולא קדישא פון מרן‬
‫בעל קדושת יו"ט זי"ע‪ .‬די סעודה איז געפראוועט געווארן אין‬
‫ביהמ"ד דקהל יטב לב דסאטמאר‪ ,‬וואו עס האבן זיך באטייליגט‬
‫פילע אנשי שלומינו חברי הקהלה תושבי העיר‪ ,‬באזונדערס האט‬
‫זיך אנגעזען דאס אנוועזנהייט פון ראה"ק הרה"ח ר' בעריש‬
‫ווייס שליט"א מיט זיינע קינדער‪ ,‬און הרה"ח ר' בנימין לעברעכט‬
‫הי"ו מיט זיינע חשוב'ע קינדער‪ .‬באלד נאך תפלת ערבית האט‬
‫דער גאנצער ציבור זיך געוואשן צו דער סעודת מצוה‪ ,‬וואס איז‬
‫צוגעשטעלט געווארן דורך די הנהלת הקהלה ביד רחבה‪ ,‬ברוב‬
‫פאר והדר‪.‬‬
‫דער דומ"ץ הקהלה הגאון הרב מעהלער שליט"א האט‬
‫פארגעלערנט מדברי תורתו פון בעל ההילולא אין ספר הקדוש‬
‫קדושת יום טוב‪ ,‬און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב משה יצחק‬
‫כהנא שליט"א‪ ,‬אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון‬
‫אנטווערפען‪ ,‬מיט הערליכע סיפורים פונעם בעל ההילולא‪ ,‬וואס‬
‫דער ציבור האט אויסגעהערט מיט שטארקע אינטערעסע‪ .‬מיט'ן‬
‫זינגען מכתם לדוד איז מכובד געווארן מוה"ר מיכאל בער שווארץ‬
‫שליט"א‪ ,‬און דערנאך איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט געהויבענע‬
‫געמיטער‪.‬‬
‫‪ ‬‬
‫■■■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪3‬‬
‫ירושלים‬
‫גרויסארטיגער כינוס חבורות תורה ויראה‬
‫בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר שליט"א‬
‫דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש תרומה איז‬
‫פארגעקומען א גרויסארטיגער 'כינוס חבורות תורה ויראה' וואו עס‬
‫האבן אנטיילגענומען די פילצאליגע אברכי קהלתינו הק' וועלכע‬
‫זענען אנגעשלאסן אין די ראמען פון די וואויל‪-‬בארימטע חבורות‪,‬‬
‫וואס זענען געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק בפקודת‬
‫הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬און פונקציאנירן אויפ'ן זעלבן‬
‫פארמאט ווי די באקאנטע 'חבורות תורה ויראה' אין ניו יארק‪,‬‬
‫מיט'ן מאטיוו צוזאמצוהאלטן די פרחי האברכים אין אן ערליכן‬
‫היימישן מסגרת אחים גם יחד‪ ,‬אונטער דער הדרכה פון ערליכע‬
‫אידן מורי הוראה ויראי ה' מרבים‪.‬‬
‫דער כינוס איז פארגעקומען אין היכל הכולל שע"י ביהמ"ד‬
‫הגדול ויואל משה‪ ,‬וואו א הערליכע סעודת מלוה מלכה איז‬
‫צוגעשטעלט געווארן‪ .‬הרב שמואל שלמה ווייסהויז‪ ‬הי"ו גבאי‬
‫התאחדות אברכים‪ ,‬האט איינגעלייטעט און דערנאך אנגעפירט‬
‫דעם שיינעם געשעעניש בטוב טעם‪ .‬דערנאך האט גערעדט הרב‬
‫ישראל דוב קליין שליט"א‪ ,‬אליינס איינער פון די ראשי החבורות‪,‬‬
‫וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן תועלת הענין;‬
‫דערנאך האט גערעדט הרב אברהם כהנא שליט"א‪ ,‬מנהל הרוחני‬
‫ישיבה לצעירים יטב לב דסאטמאר ירושלים וראש החבורות בעיר‬
‫בית שמש; הגה"צ דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברות‬
‫קודש איבער דעם ענין פון זיך צוזאמנעמען להתחזק בעבודת ה'‪,‬‬
‫אין די היינטיגע שווערע צייטן ובפרט בעבודת שבלב זו תפלה‪,‬‬
‫און דערנאך מעורר געווען זיך צו האלטן דבוק בתורת מרן רבינו‬
‫הקוה"ט זי"ע‪ ,‬דבר ה' אשר הי' אל יואל‪.‬‬
‫די יונגעלייט זענען זיך צוגאנגען מלא חיזוק פארצוזעצן ווייטער‬
‫בדרכי התור"ה והירא"ה‪ ,‬כפי אשר אתנו מסורה מרבינו הקוה"ט‬
‫זי"ע‪ ,‬הנמשכת לנו בגאון ובעוז ע"י כ"ק מרן רבינו שליט"א‪.‬‬
‫■■■‬
‫שיינע יארצייט סעודה געפראוועט‬
‫לע"נ מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זצ"ל‬
‫דינסטאג נאכט פ' תרומה‪ ,‬ערב יומא דהילולא‬
‫ָ‬
‫פארגאנגענעם‬
‫קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זצ"ל‪ ,‬איז פארגעקומען‬
‫א שיינע יארצייט סעודה אין בית המדרש הגדול 'ויואל משה'‬
‫בהשתתפות פון א גרויסן ציבור‪ ,‬בראשות פון נכדו הגה"צ‬
‫האבד"ק שליט"א‪ ,‬וועלכער האט געזאגט הערליכע דברי תורה‬
‫און ארומגערעדט מפרשת גדולתו וצדקתו פון זיין הייליגן זיידן‬
‫בעל ההילולא זי"ע‪ ,‬ובפרט זיין מלחמת הקודש מיט די משכילים‬
‫און נעעלאגן למיניהם‪ ,‬אפצוהיטן דעם כרם בית ישראל פון‬
‫דאס מינדעסטע התחברות לרשעים‪ ,‬וואס פון דעם דארפן מיר‬
‫ארויסלערנען וויאזוי צו שטיין ווייט כמטחוי קשת און נאר אזוי‬
‫קענען מיר מחנך זיין די קינדער בדרך ישראל סבא‪ .‬דערנאך האט‬
‫דער רב שליט"א דערציילט שיינע סיפורים ועובדות פון הייליגן בעל‬
‫ההילולא זי"ע‪.‬‬
‫מיט 'מכתם לדוד' האט דער רב שליט"א מכבד הרה"ח מזקני‬
‫אנ"ש ר' חיים לייטנער שליט"א‪ ,‬און מיט ברכת המזון הרה"ח‬
‫הישיש ר' משה יצחק לעווינגער שליט"א‪ ,‬משב"ק אצל רביה"ק‬
‫זי"ע‪ .‬שפעטער‪ ,‬נאכ'ן בענטשן‪ ,‬איז דער רב שליט"א פארבליבן אין‬
‫ביהמ"ד און ארומגעשמועסט מיט די זקני החסידים סיפורים פון‬
‫בעל ההילולא‪ ,‬און דאס געוואלדיגע התקשרות פון רבינו הקוה"ט‬
‫זי"ע אין זיין הייליגן טאטן מרן הקדושת יום טוב זי"ע ועכי"א‪.‬‬
‫זכר צדיק לברכה!‬
‫■■■‬
‫אנטווערפן‬
‫עבידנא יומא טבא לרבנן‪:‬‬
‫הערליכע מסיבת סיום 'מסכת תמורה'‬
‫ע"י חברי הכולל ערב שע"י קהלתינו הק'‬
‫דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' תרומה פארנאכטס‪ ,‬איז‬
‫אינספירירנדע סעודת מצוה‪ ,‬לרגל‬
‫ּ‬
‫פארגעקומען א הערליכע און‬
‫דעם יומא טבא לרבנן פון א גרויסן צאל אנשי שלומינו 'סיום‬
‫מסכת תמורה' וואס איז געלערנט געווארן במסגרת הכולל ערב‪,‬‬
‫בהנהלת הר"ר שלמה מנחם טעלער שליט"א‪ ,‬ראש הכולל‪ .‬דער‬
‫מעמד איז געווען קאמבאנירט אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה‬
‫לע"נ מרן הקדושת יו"ט זצ"ל‪ .‬דער‪ ‬יושב ראש המעמד איז געווען‬
‫הר"ר חיים הלל קרויס הי"ו; דערנאך האט דער ראש הכולל הר"ר‬
‫שלמה מנחם געזאגט דעם הדרן; דערנאך האט אויפגעטרעטן‬
‫הר"ר יואל ברוין ב"ר יעקב יודא דומ"ץ בקהילתנו בק"י שליט"א‪,‬‬
‫מגי"ש בבית מדרשינו‪ ,‬וועלכער האט ברייט ארומגערעדט איבער‬
‫דעם כח התורה‪ ,‬וואס דאס באגלייט א איד אויף יעדן טריט און‬
‫שריט‪ ,‬און אז די היינטיגע טעכנעלאגישע אינסטרומענטן זענען א‬
‫דירעקטן שטער צו לימוד התורה ועבודת ה'‪.‬‬
‫מיט א חרדת קודש האט מען זיך צוגעהערט צו די דברות‬
‫קודש פון עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬דורך א 'לייוו‬
‫הוק אפ'‪ .‬דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט וועגן דעם מחצית‬
‫השקל וואס יעדער איד האט געדארפט געבן ביים בנין המשכן‪,‬‬
‫וואס אנדעם האט מען נישט געקענט בויען דעם משכן כביכול‬
‫נאר מיט'ן כח הרבים‪ ,‬און דער רבי שליט"א האט דערמיט מעורר‬
‫געווען יעדער זאל זיך אנשליסן מיט די 'דמי חבר' פאר די הנהלת‬
‫הקהלה‪ .‬אויך האט דער רבי שליט"א פארלאנגט מען זאל זיך‬
‫צוזאמהאלטן אינאיינעם‪ ,‬מען זאל קומען דאווענען אין אונזער‬
‫ביהמ"ד‪ ,‬אזוי ווי רבינו הקוה"ט זי"ע האט שטענדיג פארלאנגט פון‬
‫אונז‪ ,‬און דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ווארימע ברכת‬
‫הקודש לכל העם הנאספים‪.‬‬
‫מיט ברכת המזון איז מכובד געווארען הרה"ג ר' יואל שווארץ‬
‫שליט"א ראש הכולל‪ ,‬און דערנאך איז דער עולם זיך צעגאנגען‬
‫שטארק מחוזק פון די הערליכע מאמענטן אינאיינעם‪ ,‬און‬
‫איבערהויפט פון די דברי חיזוק והתעוררות פון כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א‪ .‬ווי די עסקנים געבן איבער הייבט מען אן איצט א פרישע‬
‫מסכתא אין די ראמען פונעם כולל ערב און מ'קוקט ארויס עס‬
‫זאלן נתוסף ווערן די ספסלי ביהמ"ד מיט פרישע קובעי עתים‬
‫לתורה ביתר שאת ועוז‪.‬‬
‫כי הם חיינו ואורך ימינו!‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪4‬‬
‫מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת תצוה‬
‫מאנטאג תרומה‬
‫רבינו שליט”א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה‪ .‬נאכ'ן‬
‫דאווענען זענען אריינגעקומען העכער ‪ 30‬תלמידים פון חלק ב'‪,‬‬
‫וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורת בבא מציא‪ ,‬זיך צו שטעלן צום‬
‫פארהער אויפ'ן 'פרק השואל'‪ ,‬נאך וואס זיי האבן זיך שוין פארהערט‬
‫מיט עטליכע וואכן צוריק אויפ'ן פרק 'אלו מציאות'‪ .‬רבינו שליט”א‬
‫האט אויסגעדרוקט קורת רוחו פון זייערע תשובות קולעים אל השערה‪,‬‬
‫און דערנאך מחזק געווען די תלמידים צו גיין ווייטער מחיל אל חיל‪,‬‬
‫ביז'ן פארענדיגן די גאנצע מסכתא אויף סוף יאר‪ ,‬קובץ על יד הרבה‪.‬‬
‫■‬
‫נאכמיטאג איז רבינו שליט”א אריבער צו די שמחת שבע ברכות‬
‫פון החתן בנש”ק שליט”א‪ ,‬בן הרה”ג ר' יודא הורוויץ שליט”א‪ ,‬בן כ”ק‬
‫אדמו”ר ממעליץ שליט”א‪ ,‬עב”ג כ”ק אדמו”ר מזידיטשויב שליט”א פון‬
‫לאנדאן‪.‬‬
‫די שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען בבית המחותן‪ .‬רבינו‬
‫שליט”א האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות‬
‫צום חתן און אלע מחותנים‪ .‬נאכ'ן בענטשן איז רבינו שליט”א מכובד‬
‫געווארן מיט אלע שבע ברכות‪ ,‬און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א‬
‫געהויבענע רקידה מיט'ן חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט”א אריבער מנחם אבל זיין בבית‬
‫הרה”ח המפו' מו”ה חיים שמואל וואלהענדלער ז”ל‪ ,‬וואו רבינו שליט”א‬
‫האט מנחם געווען בניו החשובים הע”י‪ .‬מ'האט ארומגערעדט איבער‬
‫זיין געוואלדיגע דביקות און התקשרות אין די פריערדיגע צדיקי הדור‬
‫און בפרט אין רבינו הקוה”ט זי”ע‪ ,‬וואס דאס האט אים אלעמאל‬
‫געהאלטן אין די שווערסטע זמנים‪.‬‬
‫■‬
‫דינסטאג תרומה‬
‫אין די נאכמיטאג שטונדן האט רבינו האט זיך משתתף געווען‬
‫ביי דער שמחת שבע ברכות לכבוד העסקן החשוב הרה”ח הנגיד ר'‬
‫שלמה איגעל הי”ו‪ ,‬וועלכער שטייט שטארק צוהילף פאר די ישיבה‬
‫און די מוסדות הק' אין פארשידענע הינזיכטן בעצה ובמעש‪ ,‬בלב ונפש‬
‫חפיצה‪ .‬די שבע ברכות איז צוגעשטעלט געווארן בבית הרה”ג ר' אלעזר‬
‫טייטלבוים שליט”א‪ ,‬חדב”ן כ”ק מרן רבינו שליט”א‪ .‬דער בעל אכסני'‬
‫הרה”ג ר' אלעזר שליט”א האט איינגעלייטעט די שמחה מיט פאסיגע‬
‫דברי תורה לכבוד חתן וכלה און צו באגריסן די חשוב'ע מחותנים‪,‬‬
‫ובפרט דעם חשוב'ן מחותן הטפסר ר' שלמה הי”ו‪.‬‬
‫דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה דער פאטער פון‬
‫בעל אכסני'‪ ,‬הרה”ג מוה”ר ליפא טייטלבוים שליט”א‪ ,‬וועלכער האט‬
‫משמיע געווען שיינע דברי תורה ודרוש לכבוד די שמחה; דערנאך‬
‫האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א; נאכהער האט מען‬
‫געהערט טרעפליכע ווערטער פונעם מחותן זעלבסט ר' שלמה הי”ו‪,‬‬
‫וועלכער האט זיך שטארק באדאנקט פאר דער גרויסער כבוד וואס‬
‫מ'האט אים צוגעשטעלט ברוב פאר והדר‪.‬‬
‫דערנאך האט מען זיך צוגעהערט צו די קורצע דברות קודש ודברי‬
‫ברכה פון כ”ק רבינו שליט”א‪ ,‬וואס האט ווארעם אנגעוואונטשן חתן‬
‫כלה זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל‪ ,‬און דעם מחותן ר'‬
‫שלמה צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיינע מעשי צדקה וחסד‪ ,‬מתוך‬
‫נחת ושמחה‪.‬‬
‫נאך ברכת המזון און זאגן שבע ברכות האט רבינו שליט”א‬
‫געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫דינסטאג אויפדערנאכט האט רבינו שליט”א געפראוועט די סעודת‬
‫הילולא פון מרן זקינו הק' בעל קדושת יו”ט זי”ע‪ ,‬אין בית המדרש‬
‫הגדול‪ ,‬מיט דער באטייליגונג פון א גרויסן ציבור תלמידים וחסידים‬
‫וחברי הקהלה‪ .‬רבינו שליט”א האט זיך געוואשן צו דער סעודת הילולא‪,‬‬
‫פארטיילט שיריים און דערנאך געוואונטשן לחיים פאר כל הקהל‬
‫הקודש‪ .‬מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט”א מכבד געווען הרה”ח‬
‫בנש"ק ר' חיים משה לויפער הי”ו‪.‬‬
‫דערנאך האט רבינו שליט”א משמיע געווען לענגערע דברות קודש‬
‫מתובל מיט דברי תורה וסיפורי צדיקים פון מרן זקינו בעל ההילולא‬
‫זי”ע‪ ,‬ובפרט פון דאס גרויסע דביקות און התקשרות וואס מרן רבינו‬
‫הקוה”ט זי”ע האט געהאט אין זיין הייליגן טאטן‪ ,‬און רבינו שליט”א‬
‫האט אויסגעלאזט מיט ווארעמע ברכות אז זכותו הגדול והקדוש יגן‬
‫עלינו ועל כל ישראל להתברך בכל מיני השפעות טובות‪ ,‬מעתה ועד‬
‫עולם אמן‪ .‬מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה”צ אבד”ק זענטא‬
‫שליט”א‪.‬‬
‫■‬
‫מיטוואך תרומה‬
‫רבינו שליט”א האט געדאווענט שחרית בין כותלי הישיבה גדולה‪,‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪5‬‬
‫וואו רבינו שליט”א האט געדאווענט פאר'ן עמוד‪ ,‬צו דער יארצייט פון‬
‫מרן זקינו בעל קדושת יו”ט זי”ע‪.‬‬
‫באלד נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מסיבת‬
‫לחיים אין היכל הגדול 'דברי יואל' אינאיינעם מיט א סיום ששה‬
‫סדרי משנה וואס די תלמידי הישיבה האבן מסיים געווען לרגל‬
‫דער הילולא קדישא‪ .‬מ'האט אריינגעברענגט לעקעך און יי”ש און‬
‫רבינו שליט”א האט פארטיילט שיריים פאר אלע מרביצי תורה און‬
‫דערנאך ארויפגעשיקט צו אלע הונדערטער תלמידים כ”י‪ .‬דערנאך‬
‫האט רבינו שליט”א משמיע געווען פאר א לענגערע צייט הערליכע‬
‫דברות קודש ודברי דרוש זייענדיג משלב דעם סיום משניות לעניני‬
‫דיומא‪ ,‬און דערנאך האט רבינו שליט”א אנגעהויבן דערציילן העכסט‬
‫אינטרעסאנטע סיפורים און עובדות וואס ער האט מקבל געווען‬
‫ממר אביו מרן רבינו הגה”ק בעל ברך משה זי”ע איבער'ן הייליגן בעל‬
‫ההילולא וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטן מרן הגה”ק בעל‬
‫עצי חיים זי”ע‪ .‬די תלמידי הישיבה האבן אויסגעהערט מיט גרויס דרך‬
‫ארץ און געשלונגען מיט דארשט די אמרות קודש ואמרין טבין‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך האט מען זיך פארבונדן פון אנטווערפען‪ ,‬וואו עס איז דאן‬
‫געפראוועט געווארן א סעודת הילולא אינאיינעם מיט א סיום מסכת‬
‫תמורה ביי די לומדי כולל ערב‪ ,‬און רבינו שליט”א האט משמיע געווען‬
‫ווארעמע דברות קודש דורכ'ן טעלעפאן‪( .‬זעט פולער באריכט ביי די‬
‫קהל'ישע נייעס)‬
‫■‬
‫דערנאך האט רבינו שליט”א זיך משתתף געווען ביי א מסיבה‬
‫מיוחדת לטובת מוסדות סאטמאר אנטווערפען‪ ,‬וואס איז פארגעקומען‬
‫בבית הרה”ח יצחק שלמה וויינשטאק הי”ו‪ .‬רבינו שליט”א האט מפאר‬
‫געווען בראש המסובים פאר א שטיק צייט און אנגעוואונטשן מברכות‬
‫קדשו צו אלע תומכים ובפרט צום בעל אכסני' להתברך בכל מילי‬
‫דמיטב‪.‬‬
‫■‬
‫מיטוואך נאכט האט זיך רבינו שליט”א ארויסגעלאזט אויף א‬
‫בליץ באזוך קיין לאס אנדזשעלעס אויפן איינלאדונג פון הרבני הנגיד‬
‫החסיד מוה”ר בערל ווייס הי”ו מחשובי אנ”ש‪ ,‬אין באגלייטונג פון אן‬
‫ענגע דעלעגאציע אנשי שם מחברי וראשי קהלתינו ומוסדותינו הק'‪,‬‬
‫ה”ה אחיו הגה”צ רבי ליפא שליט”א אבד”ק זענטא‪ ,‬הרה”ח ר' משה‬
‫פריעדמאן שליט”א משב”ק‪ ,‬הרה”ח ר' שאול פערלשטיין שליט”א‪ ,‬און‬
‫עטליכע מקורבים ונאמני ביתו‪.‬‬
‫שוין מיטוואך פארמיטאג איז ארויסגעפארן פון פאראויס הרה”ח‬
‫ר' שמואל טייטלבוים שליט”א משב”ק מרן שליט”א און מוה”ר אהרן‬
‫הערש פריינד הי”ו חבר וועד הפועל דמוסדותינו הק'‪ ,‬צוצוגרייטן אז‬
‫דער באזוך און די מסיבה לטובת מוסדותינו הק' זאל געקרוינט ווערן‬
‫מיט הצלחה ובכבוד הראוי‪.‬‬
‫■‬
‫איידער דער רבי שליט”א האט זיך ארויסגעלאזט צום קענעדי‬
‫לופט פעלד איז ער געווען מסדר קידושין ביי ביי דער שמחת החתונה‬
‫פון המחותנים הרה”ח ר' משה לייב מייזעלס הי”ו און הרה”ח ר' אהרן‬
‫פריעדמאן הי”ו‪ ,‬מנאמני בית רבינו שליט”א‪ ,‬וואס איז פארגעקומען‬
‫אין תקנות‪-‬זאל פרדס פיגא; און אויך ביי דער שמחת נישואין פון‬
‫המחותנים הרה”ח הנגיד ר' אהרן גבריאל הויער הי”ו און הרה”ח הנגיד‬
‫ר' שמשון מארמארשטיין הי”ו‪ ,‬חבר הנהלת המוסדות‪ ,‬וואס איז‬
‫פארגעקומען אין זאל פון ויואל משה‪.‬‬
‫דערנאך איז דער רבי ארויס געפארן צום לופט‪-‬פעלד ווי ער‬
‫איז אפגעווארט געווען דורך די האומלענד סעקיוריטי באאמטע‬
‫וועלכע האבן פארזיכערט אז דער רבי זאל קענען גלייך אדורגיין די‬
‫פארמאליטעטן געשווינד און מיט'ן מאקסימום דרך כבוד‪ ,‬און דערנאך‬
‫ארויפבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז'ן פליגער און באגלייטונג‬
‫פון העסקן מוה”ר אברהם יעקב פריעדמאן הי”ו‪ ,‬דער ליעזאן פונעם‬
‫חרדישן אידנטום צו דער האומלענד סעקיוריטי‪.‬‬
‫דער רבי שליט”א מיט די פמליא זענען אנגעקומען קיין לאס‬
‫אנדזשעלעס קרוב לחצות לילה‪ ,‬און זענען אפגעווארט געווארן אין‬
‫לופט פעלד דורך א גרופע פון חסידים וידידים פון לאז אנדזעשעלס‪,‬‬
‫אין שפיץ פונעם בעל אכסניא ר' בערל הי”ו‪ ,‬וועלכער האט‬
‫אריינגעפירט דעם רבי'ן שליט”א מיט זיין אויטא אין שטאט אריין‬
‫צו זיין בית ועד לחכמים‪ ,‬וואו דער בעל אכסני' האט צוגעשטעלט א‬
‫שיינער מסיבת לחיים לכבודו פון רבינו שליט”א וואס האט אויך געדינט‬
‫אלס אן ענגער מעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט”א ופמלייתו‪.‬‬
‫דאנערשטאג תרומה‬
‫דאנערשטאג צופרי איז דער רבי שליט”א געגאנגען דאווענען תפלת‬
‫שחרית אין בית המדרש בית יהודה‪ ,‬וואו עס איז צונויפגעקומען א‬
‫גרויסע צאל אידן תושבי העיר מיטצוהאלטן א ראש חודש דאווענען‬
‫צוזאמען מיט רבינו שליט”א‪ .‬דער רבי שליט”א האט פארגעדאווענט‬
‫הלל לפני התיבה און מיט תפילת מוסף איז נתכבד געווארן הגה”צ‬
‫אבד”ק זענטא שליט”א‪.‬‬
‫נאך שחרית איז פארגעקומען א גאר נאבעלער מעמד קבלת‬
‫פנים וסעודת ראש חודש אין זאל העכער דעם ביהמ”ד בית יהודא‪,‬‬
‫בהשתתפות קהל גדול מחשובי תושבי העיר‪ ,‬וואו עס איז סערווירט‬
‫געווארן א גאר ברייטע סעודה גדולה כיד המלך‪ ,‬צוגעשטעלט דורכן‬
‫איניציאטיוו פונעם בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' בערל הי”ו‪.‬‬
‫ביים מעמד קבלת פנים האט זיך אנגעזען די רבני ופרנסי העיר‪,‬‬
‫צווישן זיי הרה”ג רבי אברהם חיים הלברשטאם שליט”א אבד”ק רודניק‪,‬‬
‫און הרה”ג רבי אברהם יושע לעוו שליט”א‪ ,‬הרה”ג רבי עזרא שוחט‬
‫שליט”א ראש ישיבת אהל חנן חב”ד‪ ,‬הרה”ג רבי אליעזר גרויס שליט”א‬
‫ר”מ בישיבה גדולה‪ ,‬הרה”ג רבי יעקב קראוס שליט”א מנהל בת”ת‬
‫תורת אמת‪ ,‬הרה”ג רבי יוחנן העניג שליט”א ראש הכולל יחיאל יהודה‪,‬‬
‫הרה”ג רבי חיים צפתמאן שליט”א ראש הכולל ד'לאס אנדזשעלעס‪,‬‬
‫הרה”ג רבי שמחה אוללמאן שליט”א מנהל חדר לאס אנדזשעלעס‪,‬‬
‫הרה”ג רבי שלמה קליין שליט”א רב דקהל אור החיים‪ ,‬אויך האט זיך‬
‫דערביי משתתף געווען כ”ק אדמו”ר מניקלשבורג שליט”א וואס האט‬
‫זיך פארגאנגענע וואך געפינען צוגאסט אין לאס אנדזשעלעס‪ .‬אויך די‬
‫תלמידי מתיבתא ד'לאס אנדזשעלעס זענען געקומען מיטהאלטן דעם‬
‫מעמד קבלת פנים‪ ,‬און זענען דורכגעגאנגען שלום געבן פאר'ן רבי'ן‬
‫שליט”א‪.‬‬
‫דער דער רבי שליט”א האט זיך נישט געוואשן ביי די סעודה‪ ,‬אבער‬
‫האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד היום‪ ,‬ארומרעדנדיג איבער'ן‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪6‬‬
‫גרויסקייט פון טאג ר”ח אדר אריינפלעכטנדיג דברי התחזקות פון וואס‬
‫די ארטיגע אידן האבן זיך דערקוויקט כמים קרים על נפש עיפה‪.‬‬
‫נאכן קבלת פנים איז דער רבי שליט”א אהיים אין די אכסניא בבית‬
‫הנה”ח ר' בערל הי”ו וואו דער רבי שליט”א האט טועם געווען פת‬
‫שחרית צוזאמען מיט'ן בעל אכסניא הי”ו‪ ,‬וואו דער רבי שליט”א א‬
‫לענגערע צייט פארברענגט מיט ר' בערל הי”ו‪.‬‬
‫שפעטער איז דער רבי שליט”א אינאיינעם מיט אחיו אבד”ק‬
‫זענטא געגאנגען אפגעבן א באזוך בביתו פון ש”ב הרה”ג רבי אברהם‬
‫חיים הלברשטאם אבד”ק רודניק‪ ,‬וואו עס האט זיך פארצויגן א גאר‬
‫הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים‪ ,‬און גלייכצייטיג איז‬
‫ארומגעשמועסט שיינע זכרונות איבער די סיגוטער משפחה‪.‬‬
‫ארום ‪ 2:30‬נאכמיטאג איז דער רבי שליט”א מיט די פמליא‬
‫געגאנגען באזוכן אין ת”ת חדר ד'לאס אנדזשעלעס‪ ,‬וואו דער רבי‬
‫שליט”א איז ענטפאנגען געווארן ביראת הכבוד דורך די חשובע‬
‫מלמדים און טייערע צאן קדשים‪ .‬צום ערשט האט מען געדאווענט‬
‫מנחה ברוב עם‪ ,‬און נאכדעם איז פארגעקומען א קבלת פנים פאר'ן‬
‫רבי'ן שליט”א וואו די קינדער האבן געזינגן פאסיגע ניגוני שמחה לכבוד‬
‫המאורע‪.‬‬
‫דער מנהל הרב ר' שמחה אוללמאן שליט”א האט דערביי מיט‬
‫גרויס התרגשות באגריסט דעם רבי'ן שליט”א מיט פאסיגע דיבורים‪.‬‬
‫צווישן זיינע ווערטער האט ארויסגעברענגט פאר די קינדער אז דער‬
‫גאנצער עקזיסטענץ פון די תלמוד תורה איז צום פארדאנקן מרן‬
‫רבינו הקדוש רשכבה”ג מסאטמאר זי”ע‪ ,‬וואס ער האט געשריבן א‬
‫מכתב התחזקות פאר הרבני הנגיד החסיד מוה”ר משה ווייס ז”ל און‬
‫אים מעודד געווען צו גרינדן די תלמוד תורה‪ ,‬דעריבער איז א גרויסע‬
‫שמחה אז סאטמארער רב שליט”א דער ממלא מקום פון רבי'ן זי”ע איז‬
‫אהערגעקומען אויף א באזוך אין שטאט‪.‬‬
‫דערנאך האט דער רבי שליט”א משמיע געווען דברות קודש פאר‬
‫די קינדער‪ ,‬און האט דערביי נישט באהאלטן זיין באגייסטערונג אז‬
‫מ'זעט ב”ה אין די ווייטע לאס אנדזשעלעס אזעלכע לעכטיגע אידישע‬
‫תשב”ר מיט א חן דקדושה און מיטן צלם אלוקים‪ ,‬ארויסברענגענדיג‬
‫אז איצט ווען דער ביהמ”ק שטייט נישט‪ ,‬איז אין יעדע מקום וואו עס‬
‫איז דא א תלמוד תורה און א ישיבה איז דאס בבחינת בית המקדש‪ ,‬און‬
‫דעריבער דארפן די קינדער זען זיך אויפצופירן בקדושה וטהרה‪ ,‬נזהר‬
‫זיין בשמירת הדיבור‪ ,‬שמירת הלשון‪ ,‬שמירת המחשבה‪ ,‬שמירת עינים‪,‬‬
‫און לערנען די תורה הק' מיט אן התמדה ובשקידה‪ ,‬למען תלמד ליראה‬
‫את אלוקיך‪.‬‬
‫נאך די דברות קודש האט הנה”ח ר' בערל הי”ו שליט”א גאר‬
‫הארציג באגריסט דעם רבי'ן שליט”א‪ .‬זיך באציענדיג צו די ווערטער‬
‫פונעם מנהל האט ער ארויסגעברענגט אז ער איז טאקע געווען פון די‬
‫ערשטע תלמידים פון דעם תלמוד תורה‪ ,‬און האט אין קורצן פארצילט‬
‫די השתלשלות פונעם גרינדונג פון די תלמוד תורה‪ ,‬און האט מזכיר‬
‫געווען בשבחו פון עטליכע רבנים און בעלי בתים וואס זענען שוין‬
‫בעלמא דקשוט‪ ,‬וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן מיט מסירת נפש פאר'ן‬
‫ערליכן חינוך און המשכת הדורות אין לאס אנדזשעלעס‪.‬‬
‫נאכדעם זענען אלע קינדער אריבער כבני מרון און דער רבי‬
‫שליט”א האט געטיילט שיריים פאר אלע מלמדים און תשב”ר‪.‬‬
‫פון דארט איז דער רבי שליט”א געגאנגען באזוכן די מתיבתא‬
‫ד'לאס אנדזשעלעס‪ ,‬וואו בנו היקר פון הנה”ח ר' בערל הי”ו הרה”ג ר'‬
‫יואל שליט”א איז איינער פון די ראשי ישיבה‪ .‬ביים באזוך אין מתיבתא‬
‫האט זיך אויך באטייליגט הרה”ג רבי יוחנן העניג שליט”א ראש הכולל‬
‫יחיאל יהודה‪.‬‬
‫דער רבי שליט”א האט דארט געזאגט קורצע דברי התחזקות‬
‫פאר די תלמידי המתיבתא‪ ,‬זיך שטעלנדיג אויף וואס די חז”ל זאגן‬
‫'משנכנס אדר מרבין בשמחה' אבער מיט וואס צו פארמערן די שמחה‬
‫דאס זאגן זיי אונז נישט‪ .‬האט דער רבי נאכגעזאגט פון חתם סופר אז‬
‫מ'טרעפט צוויי ערליי שמחות ביי מצות ומעש”ט‪ ,‬ווען מ'פאנגט אן‬
‫צו טון די מצוה‪ ,‬און ווען מ'ענדיגט די מצוה‪ ,‬אבער ביידע זענען נישט‬
‫קיין שלימות'דיגע שמחה‪ ,‬ווייל ווען מ'הייבט אן צו טאן א מצוה איז‬
‫פשט אז ביז יעצט האט מען גארנישט געטון‪ ,‬און ווען מ'ענדיגט א‬
‫מסכתא איז די שמחה נישט בשלימות ווייל די שאלה איז וואס מ'גייט‬
‫טון ווייטער‪ .‬ביים בנין המשכן איז אבער געווען א שמחה בשלימות‪.‬‬
‫ביז יעצט האט מען געבויט דעם משכן און פון יעצט און ווייטער גייט‬
‫מען אנפאנגען טון די עבודה‪ .‬ראש חודש אדר איז אויך אין די בחינה‪.‬‬
‫א סיום אויף די עבודת הקרבנות פונעם פריערדיגן יאר‪ ,‬און אן התחלה‬
‫אויפן קומענדיגן יאר‪ .‬קומט אויס אז ר"ח אדר איז אויך מרמז אויף‬
‫ביידע א סיום אויפן יאר ביז יעצט און א קבלה חדשה אויפן נייעם יאר‬
‫ווי ביים בנין המקדש‪ ,‬דעריבער דארפן די בחורים זען אויסצונוצן די‬
‫צייט ווי עס ברויך צו זיין און זיך פארנעמען מיט פרישע קבלות אויף‬
‫ווייטער‪.‬‬
‫אויך דא האט דער רבי שליט”א אויסגעדרוקט זיין באגייסטערונג‬
‫צו זען טייערע חסידי'שע בחורים אשר הכרת פניהם ענתה בהם כי זרע‬
‫ברך ה' המה‪ ,‬און ער האט זיי אנגעוואונטשן גאר ווארעמע ברכות לרוב‪.‬‬
‫דערנאך איז דער רבי שליט”א צוריקגעגאנגען צו די אכסניא וואו‬
‫ער האט במשך פון עטליכע שטונדן אויפגענומען תושבי העיר צווישן‬
‫זיי פילע נגידים ותומכים וועלכע זענען זיך געקומען געזעגענען ביי‬
‫רבינו שליט”א בקו”פ‪ .‬דער שטראם האט אנגעהאלטן ביז בערך ניין‬
‫אזייגער אווענט ווען מ'האט מפסיק געווען צו דאווענען מעריב בבית‬
‫האכסניא‪.‬‬
‫■‬
‫נאכן אויפנעמען דעם ציבור האט רבינו שליט”א אנגערופן‬
‫טעלעפאניש צו העסקן מו”ה אברהם יעקב פריעדמאן הי”ו וואונטשן‬
‫מזל טוב צו דער שמחת בר מצוה פון זיין זון הב’ שלמה ני”ו‪.‬‬
‫■‬
‫תפילת מעריב האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה”ג אבד”ק רודניק‬
‫שליט”א לעילוי נשמת זקינו הגה”ק רבי ברוכ'ל מגארליץ זצוק”ל‪ ,‬וואס‬
‫דער יאצייט פאלט אויס ב' דראש חודש אדר‪ .‬נאך מעריב האט זיך דער‬
‫רבי שליט”א געוואשן צו די סעודת ראש חודש צוגעשטעלט דורכן בעל‬
‫אכסניא‪ ,‬וועלכער איז געווען געווידמעט לטובת מוסדותינו הק' אין‬
‫וויליאמסבורג‪ ,‬און הנה”ח ר' בערל הי”ו האט ספעציעל געלאדענט אן‬
‫ענגע צאל קרואי מועד‪ ,‬בעלי בתי'שע אידן פון די שטאט‪ ,‬וועלכע האבן‬
‫געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די סעודה צוזאמען מיט רבינו שליט”א‪.‬‬
‫אויך דא האט דער רבי שליט”א משמיע געווען גאר טרעפליכע דברות‬
‫קודש לכבוד היום‪.‬‬
‫אינמיטן די סעודה האט דער רבי שליט”א איבערגעגעבן פאר'ן בעל‬
‫אכסניא הנה”ח ר' בערל שליט”א א גאר טייערע ווערדפולע מתנה‪ ,‬דעם‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪7‬‬
‫ערשטן באנד פונעם ספה”ק דברי יואל וואס מרן רבינו הקוה”ט זי”ע‬
‫האט דערין געלערנט לאנגע יארן מדי שבוע בשבוע‪ .‬בשם דעם רבי'ן‬
‫שליט”א האט מוה”ר אהרן הערש פריינד הי”ו פארגעליינט א בריוו פון‬
‫הרה”ח ר' מאיר דייטש שליט”א ווי ער באשטעטיגט בחתימת ידו דאס‬
‫חשיבות און היסטארישקייט פון דעם הייליגן ספר דברי יואל‪.‬‬
‫רבינו שליט”א האט אינעם ספר צוגעשריבן בכתי”ק עטליכע שורות‬
‫לכבודו פון הנה”ח ר' בערל הי”ו און לכבוד אביו הרבני הנגיד החסיד ר'‬
‫משה ז”ל‪ ,‬וועלכער איז געווען מקושר בקשרי נימין ובעבותות אהבה‬
‫מיט מרן רבינו הקדוש זי”ע און מיט אביו מרן הגה”ק בעל ברך משה‬
‫זי”ע‪ .‬נאכדעם האט דער רבי מכבד געווען דעם בעל אכסניא מיט‬
‫ברכהמ”ז על הכוס אבער ר' בערל האט דאס צוריק איבערגעגעבן פאר‬
‫רבינו שליט”א‪.‬‬
‫עס איז שוין געווען גאר שפעט ביינאכט ווען הנה”ח ר' בערל הי”ו‬
‫האט ארויסגעפירט דעם רבי'ן שליט”א צום לופט פעלד פון וואו דער‬
‫רבי שליט”א מיט די גאנצע פמליא זענען אפגעפלויגן צוריק קיין ניו‬
‫יארק‪ ,‬וואו זיי זענען בשעטו”מ אנגעקומען אין קענעדי לופט פעלד‬
‫פרייטאג צופרי‪ ,‬לשמחת לב תלמידי וחסידי סאטמאר פון אומעטום‪.‬‬
‫■‬
‫שבת פ' תרומה‬
‫פרייטאג צו נאכטס ביים שלחן הטהור איז געפראוועט געווארן די‬
‫שמחת השלום זכר פון בן הנולד למזל טוב ביי הרה”ח ר' זלמן לייב‬
‫פעלדמאן הי”ו‪ ,‬משמש דקהלתינו‪.‬‬
‫בצפרא דשבתא איז געפראוועט געווארן די שמחות באווארפן‬
‫פון די פאלגענדע חתנים‪ :‬החתן נחום בן הרה”ח הנגיד מוה”ר אברהם‬
‫בער יאקבאוויטש הי”ו‪ ,‬יו”ר ועד הפועל דקהלתינו‪ ,‬עב”ג בת הרה”ח‬
‫ר' ישראל מאיר וואלדמאן ע”ה; החתן בן הרב גדלי' טייטלבוים הי”ו‬
‫עב”ג בת הרה”ג ר' יעקב יודא ברוין שליט”א‪ ,‬דומ”ץ ביהמ”ד תהלות‬
‫יואל שע”י קיט”ל קרית יואל; החתן שלמה אהרן בן הר”ר מנחם‬
‫מאיר יאקאבאוויטש הי”ו‪ ,‬עב”ג הר”ר ראובן יוסף האללענדער הי”ו;‬
‫החתן יואל בן הר”ר זעליג מייער הי”ו‪ ,‬עב”ג בת הר”ר יצחק מנחם‬
‫ליכטענשטיין הי”ו‪ ,‬משב”ק אצל מרן רבינו הגה”ק בעל ברך משה זצ”ל;‬
‫החתן עמרם בן הרה”ח ר' לייבוש בלוי הי”ו‪ ,‬עב”ג בת הרה”ח ר' שלמה‬
‫צלא הי”ו‪.‬‬
‫דער רבי שליט”א איז נאכן דאווענען אריין אין פאליש קידוש מאכן‬
‫און אפגעבן דעם מזל טוב פאר די חתנים און די חשובע מחותנים‬
‫הי”ו‪ .‬אנקומענדיג לביתו נאוה קודש האט רבינו שליט”א אנגעוואונטשן‬
‫פאר החתן אהרן לייב בן הר”ר יצחק שמעון וויעדער הי”ו‪ ,‬בן הרה”ח ר'‬
‫מרדכי דוד וויעדער משב”ק‪ ,‬עב”ג בת הר”ר יעקב געשטטעטנער הי”ו‬
‫פון מאנסי‪ ,‬וועלכע האט עולה געווען לתורה בביהמ”ד ברך משה זענטא‬
‫■‬
‫מוצאי שב”ק פ' תרומה‬
‫רבינו שליט”א איז אריבערגעפארן קיין קרית יואל זיך משתתף‬
‫זיין ביי דער גרויסארטיגער דינער פון די ישיבה גדולה‪ ,‬וואס איז‬
‫פארגעקומען אין ביהמ”ד הגדול ויואל משה דקהל יטב לב‪ ,‬בהשתתפות‬
‫פון א ריזיגן ציבור אנשי שלומינו תושבי הקרי'‪.‬‬
‫הרה”ג ר' ישעי' מייזעלס שליט”א‪ ,‬ר”מ בישיבתינו הק' איז געווען‬
‫יו”ר המעמד; הרה”ג ר' מאיר שפיץ שליט”א‪ ,‬אבד”ק ביסטריץ‪,‬‬
‫איז געווען נואם הכבוד און דערנאך האט רבינו שליט”א משמיע‬
‫געווען ווארעמע דברות קודש‪ ,‬ארויסברענגענדיג בתוך דבריו דעם‬
‫אויסערגעווענליכן עול וואס ליגט אויף די הנהלת הישיבה צו דעקן‬
‫די החזקת הישיבה‪ ,‬און עס איז אן אחריות אויף יעדן איינעם‬
‫ארויסצוהעלפן אין דער עבודת הקודש‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט”א אריבער לבית האכסני' וואו רבינו‬
‫שליט”א איז פארבליבן ביז צומארגנס זונטאג נאכמיטאג‪.‬‬
‫■‬
‫זונטאג תצוה‬
‫רבינו שליט”א האט געדאווענט תפלת שחרית מיט די תלמידי‬
‫הישיבה קטנה חלק ב' אינעם בנין המוסדות אויף לארקין דרייוו‪ ,‬און‬
‫תפלת מנחה האט רבינו שליט”א געדאווענט מיט די יונגערע תלמידים‬
‫פון ישיבה קטנה חלק א' וואס איז קווארטירט אין ביהמ”ד ספינקא‪.‬‬
‫■‬
‫כ”ק האדמו”ר ממשכנות הרועים שליט”א פון ארה”ק איז‬
‫אריבערגעקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט”א‪ ,‬בבגדי שבת‬
‫שטייענדיג אינמיטן די ימי השמחה אשר במעונו‪ ,‬דער משכנות הרועים‬
‫רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון נכדו החתן שליט”א‪ ,‬אינאיינעם‬
‫מיט'ן מחותן הרב יוסף ברוך יונגרייז שליט”א ראש הכולל סאטמאר‬
‫מאנסי‪ .‬עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי‬
‫צדיקים און דערנאך האט רבינו שליט”א אנגעוואונטשן די חשוב'ע‬
‫געסט מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט”א געווען מסדר קידושין ביי‬
‫דער שמחת נישואין פון החתן בן הרה”ח הנגיד מו”ה אברהם בער‬
‫יאקאבאוויטש הי”ו‪ ,‬יו”ר ועד הפועל דקהלתינו וחבר הנהלת הישיבה‪,‬‬
‫עב”ג בת הרה”ח ר' ישראל מאיר וואלדמאן ע”ה‪ ,‬וואס איז פארגעקומען‬
‫אין זאל פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט”א אריבער צו דער שמחת שבע ברכות‬
‫בבית הרה”ג‪ ‬ר' חיים יודא פריעדמאן שליט”א ר”מ בישיבתינו‪ ,‬וואס איז‬
‫פארגעקומען בבית גיסו הרה”ג ר' הערשל לעווי שליט”א‪.‬‬
‫שפעטער אויפדערנאכט איז רבינו שליט”א צוריקגעגאנגען צו דער‬
‫שמחת נישואין פון החתן בן הרה”ח מוה”ר אברהם בער יאקאבאוויטש‬
‫הי”ו‪ .‬דער בארימטער בדחן הרה”ח ר' פנחס מרדכי וועבער הי”ו‪ ,‬האט‬
‫אויפגערופן רבינו שליט”א מיט דברי חרוזין‪ ,‬און דערנאך האט רבינו‬
‫שליט”א געטאנצט מצוה‪-‬טאנץ לפני הכלה‪ ,‬און דערנאך מיט'ן מחותן‬
‫הרה”ח ר' אברהם בער הי”ו‪ ,‬און רבינו שליט”א האט איבערגעלאזט‬
‫מברכותיו הטהורות ער זאל קענען ווייטער פארזעצן מיט זיינע מפעלים‬
‫כבירים מתוך נחת ושמחה וכל מיני השפעות טובות‪ ,‬אמן‪.‬‬
‫■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪8‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫ברכת מזלא טבא‪ ,‬מעמקי דלבבא‪ ,‬לידידינו היקרים‪ ,‬אנ"ש הנכבדים‪,‬‬
‫מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים‪ ,‬שמם הטוב מפוארים‬
‫לרגל שהשמחה במעונם‬
‫ביהמ"ד הגדול‬
‫• •הרב נחמן שטויבער שליט"א‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• •הרב אברהם פוקס שליט"א‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו‬
‫חבר וועד הפועל דקהלתינו‬
‫לרגל נישואי בנו החתן נחום למז"ט‬
‫• •מו"ה בנציון שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו התאומים למז"ט‬
‫• •מו"ה משה אברהם גרינפעלד הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה מענדל מאיר גליק הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב פאזנער הי"ו‬
‫לרגל ארוסי נכדתו ולהולדות נינו למז"ט‬
‫• •מו"ה אברהם יעקב פערלשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה ארון לייב סטרלאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה אהרן יוסף לאנדא הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב יוחנן פילאפף הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמואל יצחק פאזנער הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה גדלי' טייטלבוים הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה מענדל מאיר יאקאבאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה אביעזרא זעליג מייער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה מרדכי דוד ווידער הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה בנציון אלימלך פאלאטשעק הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה שאול הכהן רובין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה משה יונתן גרינפעלד הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב יצחק אייזיק לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יצחק מרדכי פאללאק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫קיטל אברכים זופניק‬
‫• •מו"ה אהרן אלעזר אראן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫קיט"ל טרופ עוו‪.‬‬
‫• •הר"ר ישראל משה מאשקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמואל היימליך הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה שרגא אבא ברייער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה אהרן גרשון ענגיל הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יצחק שטויבער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה משה הערש רייזמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמואל דוד זעליגפעלד הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמעי' שלום גרינפעלד הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה מיכל וויינגארטן הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יצחק שמעון ווידער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה דוד לעהווינזאהן הי"ו‬
‫לרגל הולדות התאומים למז"ט‬
‫• •מו"ה מרדכי לאנדא הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה אברהם משה קאהן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה נטע שלום מאיר פירטה הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה מרדכי ענגיל הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫קיט"ל בניני יאקאבאוויטש‬
‫ליע גארדנס‬
‫• •מו"ה חיים הערש פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמואל בראך הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה יוחנן גרין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה הערשל פישער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫•‬
‫•מו"ה פישל מיללער הי"ו מגבאי בביהמ"ד‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יואל ברוך ווייס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל אוהל פיגא‬
‫סאוט ‪ 8‬סט‪.‬‬
‫• •מו"ה יוסף מרדכי ווינער הי"ו‬
‫מגבאי בביהמ"ד‬
‫לרגל ארוסי בנו יואל ברוך למז"ט‬
‫• •מו"ה ראובן יוסף האללענדער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה חיים משה בראך הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪9‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫• •מו"ה יעקב בנציון ווייס הי"ו‬
‫• •מו"ה בנציון שניטצער הי"ו‬
‫• •מו"ה יושע אפרים לעווי הי"ו‬
‫לרגל הולדות התאומים למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה מנחם זאב גאנדל הי"ו‬
‫קיט"ל בארא פארק‬
‫לרגל הולדות התאומות למז"ט‬
‫• •מו"ה חיים צבי שוויממר הי"ו‬
‫• •מו"ה יואל בר"י שטערן הי"ו‬
‫• •מו"ה עוזר פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה אהרן הערש וויינבערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות הנינים התאומים למז"ט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה דוד עהרנטאהל הי"ו‬
‫• •מו"ה ליפא שוויממער הי"ו‬
‫• •מו"ה שמעון דוב פעקעטע הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫לרגל הולדת הנכדים התאומים למז"ט‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה אהרן ראזענבערג הי"ו‬
‫• •הרב שמואל בנימין לויפער הי"ו‬
‫• •מו"ה אהרן דוד סאלינסקי הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה אפרים אביגדור היימאן הי"ו‬
‫• •מו"ה פינחס אלימלך ווייסמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה משה יודא פאלאטשעק הי"ו‬
‫• •מו"ה חיים צבי לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה יואל פאזען הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה יצחק וויינבערגער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו‬
‫לרגל אירוסי נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה וואלף שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב פסח גרינבערג הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמעון יחזקאל גראס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל אנטווערפן‬
‫קיט"ל קרית יואל‬
‫• •מו"ה שמואל מרדכי דרעזנער הי"ו‬
‫• •הרב יעקב יודא ברוין שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב משה פעקעטע הי"ו‬
‫מו"ץ דקהלתינו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •הרב אלעזר אלימלך שטערן שליט"א‬
‫• •מו"ה שמואל מאיר שטויבער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫קיט"ל מאנטריאל‬
‫• •מו"ה עמרם ווידער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו הבה"ח יודא צבי ני"ו למז"ט‬
‫• •מו"ה יוסף משה פריעד הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה זלמן לייב שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שישלם להם משכורתם בכפליים‪ ,‬משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים‪ ,‬שפע ברכה והצלחה משמי מעונים‪,‬‬
‫רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים‪ ,‬כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים‪ ,‬חסדי ה' לעולמי עולמים ‪.‬‬
‫המברכים באהבה השמחים בשמחתם‬
‫ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו‬
‫שיעורי תורה לכבוד חג הפורים בביהמ"ד הגדול‬
‫שיעור כללי הלכות פורים‬
‫הרה"ג ר' משה ארי' ליבערמאן‬
‫מגילת אסתר‬
‫שליט"א‬
‫הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים‬
‫שליט"א‬
‫מו"ץ בקהלתינו הק'‬
‫מח"ס סייעתא דשמיא‬
‫מוצש"ק בשעה ‪ • 9:00‬בהיכל הפאליש‬
‫יום ראשון ‪ 12:00‬בצהרים • בבית שני‬
‫צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ‪-‬פאסט שיקט אן אימעיל צו‪[email protected] :‬‬
‫‪SFI‬‬
‫‪A Fully vertical approach to trade finance‬‬
‫‪[email protected]‬‬
‫‪Sponsored By:‬‬
‫‪Project: YF MARKETING | 718.514.6717‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪10‬‬